היימישע ליבע
UNDAY, 15 JULY 2012
א אלטע בריוו, וועלכע איז כדאי איר זאלט אדורכליינען, געשריבן מיט טרערן פון א איידעלע אידישע מאמע.
צו מיין שוואגער שלימיאל ני”ואיך וויל דא שרייבן איבער א זאך וואס איך וואלט שוין באמת געמעגט שרייבן לאנג צוריק אבער איך האב מיך איין געהאלטן, אבער איך מיין אז די צייט איז געקומען וואס איך מיז רעדן.לאמיך רעדן זייער אפען, זייט דיין חתונה 10 יאר צוריק האלטסטו מיך און איין נאכלויפן, די האלטסט און איין קוקען אויף מיר, און נישט סתם קוקען, די קוקסט מיט גרויסע אויגן, די קענסט זיצען א גאנצע סעודה און ווארפן בליקען אויף מיר, די קענסט רעדן צי מיר און דיינע אויגן זענען אויף מיינע ברעסטס, ווען איך וואק וועלען דיינע אויגן זיין ציגענאגלט אויף מיין תחת, דאס האלט שוין אן גאנצע 10 יאר, נאך ווען איך בין געווען א מיידל, ווילאנג ס’איז נאר געווען קוקען איז מיר עס נישט אנגעגאנגן, איך מיין נישט אז ס’איז מיר אונגאנטצען נישט אנגעגאנגן, איך האב רחמנות געהאט אויף פייגי, נעבעך, זי דארף לעבען מיט א מאן וואס קוקט נאך איר אינגערע שוועסטער, טוט stalken א יונג מיידל, אבער מיט מיר האט עס נישט געהאט קיין שייכות, ווילסט קוקען געזונטערהייט, ס’איז צווישען דיר און דיין ווייב. לעצטנס אבער האט זיך אנגעהויבן א נייע מסכתא, ס’געשעהט “עקסידענטס”!, ווען די ביסט ביי מיין מאמע און איך בין אויך דארט רייבסטו דיך אריין אין מיר “בטעות”, די ווייסט וואס איך מיין, די וועסט אייביג דארפן דורך גיין “פונקט” דארט ווי איך שטיי און מען קען נישט דורך גיין אן זיך אריין רייבען און מיר, איך וואלט דיר שוין באמת תיכף געדארפט אפיר נעמען און דאס אפשטעלן, אבער silly me האב געקלערט אז ס’וועט זיך אויפהערן, וואס ס’ברענגט מיר יעצט יא צו שרייבן איז דאס וואס ס’האט נעכטען פארסירט, די האסט מיך געטראפן אין גראסערי און דארטן זיך אריין געריבען אין מיר, אזוי שטארק אז כ’האב געפילט דיין הארטן שמייסער! האב איך באשלאסען אז דאס איז עס! ס’גייט שוין ארויס אלע גבולים, אין א פאבליק פלאץ? איך מיז רעדן צי דיר. פאר איך גיי ווייטער וואלט איך דיר געוואלט פרעגען א פראגע, איך ווייס אז די פייגערסט פאר מיר, ווען איך געב דיר ווען איין רמז ביסטו גראד אין בעט מיט מיר, אויב אזוי קענסטו מיר אפשר געבען צו פארשטיין פארוואס אנשטאטס זיין nice צי מיר, אנשטאטס זיך טרייען צו חנפנען צו מיר, טוסטו פונקט פארקערט? ווען די קענסט לויפסטו צי מיין טאטען און מאמען מיט אלע לשון הרע’ס אויף מיר און מושי’ן, שיינדי האט א קאמפיאטער אינדערהיים, מושי גייט אן א רעקל אויפן גאס, מושי און שיינדי זענען געפארן אויף Les Vages אא”וו, מיין נישט אז איך קער, ס’גייט מיך נישט אן, איך גיי מיך נישט לערנען ווי אזוי זיך אויף צו פירען פון דיר, יא, ס’באדערט מיר אז מיינע עלטערען האבען צער און זיי מיינען נעבעך אז זיי האבען א טאכטער א שיקסע, מיין טאטע ליידט אויפן הארץ און ער דארף נישט קיין איבעריגע עגמת נפש, אבער דאס איז נישט מיין פראבלעם, ס’איז “דיין” פראבלעם, קיינער האט דיר נישט געשטעלט אלס וועלטס פארזארגער אז די דארפסט גיין אנהעצען שוואכע עלטערן אויף זייערע קינדער, איך וויל נאר פארשטיין אויב די ווילסט האבן סעקס מיט מיר -און די ווילסט- פארוואס טרייסט די נישט זיך אויפצופירען נערמאל צי מיר? Don’t get me wrong איך וועל קיינמאל “קיינמאל” נישט האבען קיין סעקס מיט דיר אפילו די זאלסט זיין מויראדיג שיין צי מיר, איך בין ב”ה צופרידען מיט מושי’ן -זייער צופרידען- איך ברענג עס נאר ארויס because i want to make a point די האסט נישט קיין השגה ווי אזוי צי טריטען א פרוי! ווען די ביסט ארעסטירט געווארן פאר יאר פארן האבען סעקס מיט א האקער -btw דעמאלטס האסטו געוויסט מיין נומבער און די האסט געקאלט מיין מאן אז ער זאל דיר העלפן, ער איז אראפ געגאנגן און איין געלייגט בעיל פאר דיר, און איך האב געדארפט מסביר זיין פאר פייגי’ן אז מ’האט דיר ארעסטירט פאר דרייווען שיכור- האט מיין מאן געהאט א לאנגען געשפרעך מיט דיר, און די האסט שטארק קאמפלעינט אז פייגי איז נישט אונטרעסירט און סעקס, זי האט דיר נאך קיינמאל נישט געגעבן א blowjob, זי איז נישט אונטרעסירט און דיר וכו’ וכו’ שלימיאל טייערער, לאמיך דיר איינמאל פאר אלעמאל מסביר זיין פארוואס פייגי איז נישט אונטרעסירט אין דיר, די האסט נישט קיין השגה ווי אזוי צי טריטען א פרוי!אדרבה, ענטפער! אפשר קענסטו מיר זאגען ווען די האסט געפעמפערט א קינד? ווען האסטו געוואשן דישעס? ווען האסטו דאס לעצטע מאל אויף געקערט? פארוואס טראגסטו נישט ארויס דיין וועש? ווען האסטו שוין געגעבן א קאמפלימענט פאר דיין ווייב סתם אזוי? איר געזאגט וואס פארא געלונגענע פרוי זי איז? וואס פארא גוטע מאמע זי איז? ווי קלוג זי איז?פארוואס רעדטסו דיך נישט אדורעך מיט איר? פארוואס פרעגסטו קיינמאל נישט איר אפיניען? האסט נישט ליעב איר אפיניען? פיין, אבער געב איר כאטש די הנאה פון זעהן אז איר מאן האלט איר נישט פאר א קלאץ, ער וויל הערן וואס זי האט צו זאגען.ווען האסטו לעצט איר דערציילט ווי אזוי דיין טאג איז געווען? א פרוי וויל פילען ווי א part אין איר מאן’ס לעבען, זי וויל איר מאן זאל אלעס מיט טיילען מיט איר, און נישט אז דער מאן זאל זיין פארשלאסען און האלטען אלעס אין זיך.ווען האסטו געהאט שמוס מיט דיין ווייב אן טשעטען און די זעלבע צייט אויף דיין blackberry?ווען איז דאס לעצטע מאל וואס די האסט אויס געהערט פייגיס “קינדערישע” שטותים אן שפילען אויף דיין blackberry א “טאטע” באלי game?פארוואס אונטערסירט דיך נישט אירע זאכען? אקעי ביסט א מאן און ס’אונטרעסירט דיך נישט, אבער פארוואס מאכסטו דיך נישט ווי ס’אונטרעסירט דיך? יא, אונז פרויען וויל מיר אז די מענער זאלען עכ”פ זיך מאכן אונטרעסירט.פארוואס בלאזסטו אויף איר? פארוואס שרייסטו אויף איר? איי וועסטו פרעגן וואס זאל איך טוען ווען זי רעגט מיך אויף? פרעג מושי’ן, ווען מושי ווערט אויפגערעגט אויף מיר זאגט ער מיר “איך וואלט מיך יעצט אויף גערעגט און געשריגען אויף דיר, אבער איך האב דיך צו שטארק ליעב דיך אזוי וויי צו טוען!” פארשטייסט? נאך אזאלעכע וועטער איז נאך מעגליך אז א ווייב זאל נישט וועלן האבען סעקס מיט איר מאן? פארוואס ביסטו נאך קיינמאל נישט אהיים געקומען און געזאגט “פייגי, איך ווייס אז די האסט געהאט א שווערע טאג, פון יעצט און ווייטער איז דאס הויז מיין, גיי ארויס, גיי לייען, גיי טו וואס די ווילסט, בלאז דיך אויס”? פארוואס באדסטו נישט דיינע קינדער?פארוואס מאכסטו נישט דיין בעט?פארוואס טראגסטו נישט ארויס דיין נעגל וואסער? די פארשטייסט וואס איך זאג? פייגי איז אייז קאלט צו דיר? אייז ווען מ’לייגט עס אין א פריזער בלייבט עס קאלט, לייג עס אבער ארויף אויפן פייער, געב עס א ביסעל ווארעמקייט, און ס’וועט ווערן צי לאסט, א פרוי דארף ווארעמקייט פון איר מאן, זי וויל פילען appreciated, זי וויל פילען loved, “דאס” איז דאס שליסעל צי איר הארץ, ווען זי וועט דאס באקומען וועסטו באקומען וואס די דארפסט. זיי א נערמאלע מאן, וועט דיין ווייב זיין א נערמאלע פרוי! לעצטענס ווען איך האב געגעסן ביי דיר פרייטאג צונאכטס האב איך באמערקט א שרעקליכע זאך, עסן’דיג די זופ רופסטו דיך אן “ס’פעלט זאלץ אין די זופ” שרעקליך האב איך געזאגט? ס’איז אסאך ערגער פון דעם, ס’איז עקעלדיג, געמיין! וועסט אודאי פרעגן, וואס איז אזוי געמיין מיט דעם? די זופ איז נישט געווען געזאלצען לויט מייו געשמאק, צו א גוטע טעלער זופ בין איך אויך נישט בארעכטיגט? שלימיאל, די וואלסט געדארפט זעהן פייגיס פנים, איך האב געזעהן, ס’האט אויס געזעהן ווי זי גייט וויינען! פארוואס??? הער מיך גוט אויס. איך וויל דיר אביסעל אראפ לייגען פייגיס פרייטאג’דיגע טאג. די זייגער האט געקלינגען 7:00 זי דארף דאך שיקען 4 קינדער אין חדר און סקול, און קער נעמען פון נאך 2 קליינע קינדער וואס בלייבען אונדערהיים, אייגענטליך האב איך אנגעהויבן אביסל שפעט, פייגי האט זיך געלייגט 12:30 זי האט געמאכט די פיש און געבאקען די קאקעש קעיק וואס די האסט אזוי שטארק ליעב, 1:30 האט זיך דיין 2 יעריגס אויפגעוועקט, מ’דארף אים פעמפערן, מאכן א באטי און צוריק איינשלעפן, פארשטייט זיך אז די ביסט געשלאפען א מחי’, די האסט דאך א ווייב פאר די אלע בעבישע זאכן, ענדליך 2:00 גייט פייגי צוריק און בעט וויסענדיג איז ביז א שעה וועט די בעבי אויפשטיין און מ’דארף איר נערסען, 2:50 וועקט זיך לאהלע אויף, פייגי שטייט אויף נעמט איר ארויס גיבט איר צו נערסען בערפט איר, דאס אלעס נעמט א גוטע 30-45 מינוט, פארשטייט זיך די שלאפסט א מחי’, 3:30 לייגט זיך פייגי צוריק שלאפן, 5:00 איז דיין 4 יעריגער שלומי אריין געקראכן אין איר בעט – אין טאטיס בעט וואגט ער נישט אריין צו קריכען, טאטי וועט שרייען – און אזוי שלאפט פייגי מיט שלומין אין איר בעט ביז 7:00 ווען די זייגער קלינגט. כ’האב מגזם געווען? האלט דיך אויף איין נאכט און קוק צו די ווערטשאפט וועסטו זעהן אז ס’איז שוין גארנישט קיין גוזמא, כ’האב נאך אפשר מקצר געווען. האלטן מיר ביי 7:00 מען דארף שוין אויפשטיין, ס’שטייט זיך נישט אויף, קוים געשלאפן, אבער וואס קען מען טוען דער ערשטער באס קומט 7:45, פייגי שלעפט זיך ארויס פון בעט מיט אירע לעצטע כוחות, גייט צו יאנקעלעס בעט און הייבט אן די מלאכה פון אים אויף וועקן, (יאנקעלע איז נעכטן איין געשלאפן 10:30, פארוואס? איך וויל נישט אריין גיין אינעם נעכטוגען טאג, אבער ווען די ביסט נעכטן געזיצען און געגעסן א הייסען טשאלענט און אווער נייט קוגעל איז פארגעקומען א גאנצע וועלט מלחמה און דיין הויז, און פייגי האט פארנומען דעם פלאץ פונעם UN שלום צו מאכן, האסט נישט געוויסט? אודאי נישט, די ביסט נישט נייגעריג צו הערן וואס פייגי פייגערט דיר צו דערציילען) נאך א 10מינוט פון “מאמי, איך בין נאך אזוי מיעד, איך וויל שלאפן נאך אפאר מינוט” שטייט יאנקעלע אויף און א גרעגטע מוד, פייגי לויפט שנעל אים מאכן הייסע טשאקלעד מילך, אויפס, ס’איז נישט דא קיין מילך.7:20 פייגי לויפט שנעל צום קארנער גראסערי קויפן א באטעל מילך, נאכן ווארטען אנגעצויגענערהייט פאר א יונגעל זיך אויס צוקראצן צו באצאלען מיט טשענדזש 2$, און נאכען כאפן א פסק פונעם גראסערי מאן פארן בעטן מען זאל איר רעכענען דאס באטעל מילך ווי לאנג דאס אינגעל קראצט זיך אויס, קומט פייגי אהיים 7:30 די בעבי וויינט מען דארף קער נעמען פון איר אבער זי וועט מוזען ווארטן אפאר מינוט, יאנקעלע טרעפט נישט זיין שיך, “שיך האט נישט קיין פוס, ס’ליגט דארט ווי די האסט עס אויס געטוען נעכטען” יאנקעלע טענה’ט אז ער האט שוין געקוקט איבעראל, “רחלע און ברכי שטייטס אויף און העלפטס זוכען יאנקעלעס שיך”, נאך אפאר מינוט מען טרעפט דאס שיך אונטערן בעט, ס’איז 7:37, “יאנקעלע יאג דיך, די באס קומט שוין” 7:40 יאנקעלע איז אנגעטוען און ער באקומט זיין ווארם גלעזעל טשאקלעד מילך, 7:44 “יאנקעלע, די באס איז דא און איין מינוט, לאז אפ די טשאקלעד מילך און גיי כאפן די באס” -אך און וויי וועט זיין פאר פייגי’ן אויב יאנקעלע פארפאסט זיין באס און די שלימיאל וועסט אים נעבעך מוזען אפטראגען אין חדר- ענדליך ענדליך 7:45 “א גוטען טאג יאנקעלע, לערען פלייסיג” יאנקעלע לויפט ארויס כאפן די באס.פארשטייט זיך, די שלאפסט like there is no tomorrowפייגי לויפט צו לאהלע, מען דארף איר פעמפערן און געבען צו עסן, דיין צוויי יעריגס דארף מען אויך פעמפערן און אים געבן פרישטאג, “רחלע, געב פאר חיימעל א פינאט באטער ברויט און פאר שלומי א פיטער ברויט” “פארוואס אייביג איך? יאנקעלע טוט קיינמאל גארנישט” “יאנקעלע איז שוין אין חדר” “דעמאלטס זאל ברכי אים געבן” “הער אויף, איך האב דיר געהייסען און זאלסט שוין פאלגען!”, ביז 5 מינוט הערט זיך קולות פון קאך, חיימעל האט אויס געגאסן די ארנעדזש דשזאוס, ס’איז ליהודים, פייגי לויפט שנעל ארויס, “רחלע, בערפ די בעבי, ברכי ברענג א האנטוך איך וועל עס נאר אפווישען און שפעטער שוין אויפוואשען”ס’איז 8:00איין שעה פון ווען פייגי איז אויף געשטאנען! אבער די שלאפסט א מחי’!”רחלע גיי טוה דיך אן” “מאמי, איך האב נאכנישט געמאכט מיין האומווארק” “לאז אפ הואמווארק יעצט ס’איז נישט דא קיין צייט” “אבער די טיטשער האט גאזאגט אז מען דארף עס האבען” “איך וועל שרייבן א נאוט” רחלע טוט זיך אן און ברכי דערמאנט זיך אז זי איז שבת טאטע און זי דארף האבען לאליס, אוי וויי, ס’איז נאר דא קענדיס, “רחלע, זיי מוחל און גיי קויף לאליס” “שוין ווייטער איך” “הער שוין אויף, יעדער טוט וואס מען הייסט אים” רחלע לויפט קויפן לאליס, און פייגי איז ממשיך מיט געבען צו עסן פאר די בעבי,8:15 “מאמי, שלומי האט אוועק גענומען מיין דאלי” “איך האב עס ערשט געכאפט” פייגיס געדולד פלאצט שוין – ווי לאנג וואלט גענומען אז דיין געדולד זאל פלאצען??? – “גייטס צי טאטי זאל ער קער נעמען פון ענק” ברכי און שלומי גייען מיט פחד און מורא און וועקען דיך אויף “טאטי, מאמי האט מיר געהייסען דיר זאגען אז שלומי האט אוועק גענומען מיין דאלי” “שלומי געב עס צוריק” “אבער איך האב עס ערשט געכאפט” “אקעי, האלט עס” “אבער ס’איז מיינס” “איך ווייס נישט וואס עטץ ווילטס, לויפטס ארויס פון דא, מען וועקט נישט אויף קיין טאטען”, ביידע לויפן ארויס וויינענדיג, און די לייגסט זיך צוריק און חלום’סט ווייטער,8:25 “אוי רחלע, דיין טייטס האט א ראן, גיי טויש דיך אבער שנעל, די באס קומט שוין” 8:29 רחלע באקומט א קוש און גייט ארויס, ביז אפאר סקונדעס לויפט זי צירוק “מאמי, דארפסט סיינען מיין טעסט” “שנעל געב עס אהער, ס’איז נישט דא קיין צייט” קוים קוים כאפט רחלע די באס.יעצט קומט ברכיס רייע, אנטוען, פארשטעלען ווי א טאטע און אויס הערן, “מאמי, אוי, די לאליס האבען נישט די הכשר וואס די סקול לאזט!” “פיין, וועסטו נעמען די קענדיס” “אבער די טיטשער האט געזאגט לאליס” “וועסט איר זאגען אז אונז האמער נישט געהאט” “אבער אונז האמיר יא” “ס’האט אבער נישט קיין גוטע הכשר” ברכי נעמט זיך וויינען, שלומי קומט צו לויפן און וויינען “מאמי, חיימעל האט אנגעקאלערט מיין קאלערינג בוק” “אוי וויי שעפעלע, ער איז א שלעכטע אינגעל” שלומי לויפט צו חיימעל “מאמי האט געזאגט אז די ביסט א שלעכטע אינגעל” “אה נאו, די ביסט א שלעכטע” אזוי וויינען 3 קינדער אז זיי באווייזען ענדליך דיך אויף צו וועקן.8:50 שלימיאל שטייט אויף!!!כאפסט דיין blackberry שנעל צו קוקען אויב די האסט נישט פארפאסט איין זיסע דזשואק, אפס, איינער האט שוין עפעס געשריבען, האהאהא, געוואלדיג! שלעפסט דיך ארויס פון בעט “וואס איז דאס געוויינעריי דא?!” “אזוי זעהט אויס ווען א שוואכע מאמע דארף אליינס קער נעמען פון די גאנצע הויז” “אליינס? האסט דאך געשיקט די קינדער מיך אויף צו וועקען!” פייגי נעמט אן דיין געוואלדיגע טענה און בלייבט שטיל מיט טרערן אין די אויגן, “איין מינוט, וויפעל מאל האב איך דיר געזאגט אז די זאלסט מיך נישט אויף וועקען? די ווייסט וואספארא שווערע ארבעט איך דארף נאך היינט טוען?” פייגי מיינט אז זי גייט אראפ פון זינען אבער זי שווייגט, זי האט יעצט נישט קיין צייט צו דעם, און 5 מינוט דארף זי אראפ לויפן צו ברכיס באס, “העי, די בלאזט ווי א בעיבי?” “איך בלאז נישט, איך האב פשוט נישט קיין צייט” פייגי לויפט שנעל און טוילעט קוקט זיך אין שפיגעל זיכער מאכן אז אירע אויגען זעהן נישט אויס אז זי האט געוויינט, די שכנות קענען נאך באמערקען, זיי קענען נאך רעדען, זי כאפט ברכי’ן און זי לויפט אראפ צו די באס מיט א געמאכטען שמייכעל פאר די נעיבערס,9:05 די זעצט דיך אראפ צו דיין קאפי מיט א צייטונג, די קענסט דאך נישט לאזען דאס גאנצע וועלט אויף הפקר, אויש די בעבי וויינט, קיין איין מינוט מנוחה קען איך נישט האבען, פייגי האט נישט געקענט מיט נעמען די בעבי? חיימעל קומט און בעט וואסער, “מאמי קומט שוין און זי וועט דיר געבען וואסער” די בעבי סטאפט נישט, “שלומי, נעם חיימעל און איך וועל לייגען לאהלע אין קערידזש און טראג זיי אראפ צו מאמי” שלומי פאלגט ווי א טאטעלע, אונטען קומט אן א מחנה פון דריי קינדער, “טאטי האט אונז אראפ געשיקט”, אלע נעיבערס זעהן, פייגי וויל זיך באגראבען פאר בושה, דא האט זי יעצט מסביר געווען פאר די נעיבערס אז די בלייבסט שפעט אין דערהיים די זאלסט איר קענען וואטשען די קינדער ווען זי ווארט אויף די באס, און יעצט פאף, אלעס האט געפלאצט, די פיינע נעיבער פון די ערשטע שטאק זאגט “אלע מענער זענען די זעלבע” די צווייטע שטאק נעיבער זאגט “מיין מאן וואלט קיינמאל נישט אזוי געטוען” און שיינדי מיינט אז זי שטארבט, “מאמי, טאטי האט מיר נישט געוואלט געבען וואסער” שיינדי קען זיך קוים איינהאלטען פון וויינען.9:12 די באס איז ענדליך אנגעקומען, שיינדי ווערט באפרייט פון דעם קאשמער, זי לייגט ברכי’ן אויפן באס מיט א קוש “זיי געזונט מאמעלע, העוו פאן”, זי לויפט שנעל ארויף, זי קומט אריין צו דיינע שארפע בליקען וואס פרעגן “ווי אזוי האסטו געהאט די חוצפה צו לאזען די קינדער אויף מיר ווען איך טרינק מיין קאפי?” פייגי איגנארט עס, זי דארף כאפן נאך א באס, זי מאכט שלומין גרייט גיבט צו טרינקען פאר חיימעל, “פייגי, האסט געזעהן אז מען גייט מאכען א אבן הפינה פארן נייעם בית המדרש?” “אבן הפינה שמבן הפינה, איך דארף כאפן א באס” “קיינמאל ביסטו נישט אונטרעסירט אין מיינע זאכען” “זענען דיינע קינדער נישט דיינע זאכן?” זי כאפט אלע קינדער און לויפט שנעל נאכאמאל אראפ מיט בושות,9:19 שלימיאל איז שוין גרייט צו גיין, כאפסט דיין טלית און תפילין, און דיין blackberry און דער מלך גייט, קומסט אן אונטען וואקסט דורך אלע פרויען קוקסט אין דיין blackberry נישט צו פארפאסן קיין איין שטות, וואפס, די בליקסט ארויס און די זעהסט מיסיס ווייס, אהא, אזא שיינהייט, נעמסט אראפ דיינע אויגען פונעם blackberry און באטראכסט איר פון קאפ ביז פוס, זי האט א נייע דאסטער, ס’איז הערליך, וואוו, ס’קלעבט אויף איר תחת, א מחי’, כאפסט דיך שנעל אז דיין ווייב איז דארט, נעמסט שנעל אוועק דיינע אויגען און די שאקעלסט איר מיטען קאפ און די גייסט דיר דיין וועג ווען אלע פרויען ציען מיט די פלייצע און פייגי באמערקט עס.ענדליך 9:23 די באס איז דא “זיי געזונט שלומי, לערען פלייסיג” יעצט קען מען זיך שוין אפרוען -וויפעל ס’איז שייך מיט 2 קליינע קינדער אונדערהיים און מיטען דארפן צו שטעלן א גאנצען שבת-לאהלע דארף א פעמפער, חיימעל א לאלי, מען דארף אויף וואשען די קאך פלאר וואס קלעבט נאך פון די ארענדזש דזשאוס וואס ס’איז פריער אויסגעגאסען געווארן, זי טראגט ארויס די נעגל וואסער, און מאכט די בעטן.9:40 ב”ה מען קען זיך שוין נעמען צו באקען חלות, איך ווייס נישט אויב די ווייסט אבער עס איז גאנץ א שווערע ארבעט, איינקעטען, וועלגערען, פלעכטען, אא”ו, אינמיטען א געוויין, חיימעל האט איבער געדרייט לאהלען פון די בעבי סיט, אן ארבעט שטיל צו מאכען לאהלען, ארויף זעצען חיימעל אויפן קאנטער און ווייטער ארבעטען און אכט געבען ער זאל גארנישט טאטשען, ענדליך מען קען שוין לאזען די חלות יערען, יעצט דארף מען צו שטעלן דאס טשאלענט, אפוואשען די בונדלעך, באקוקען, אריין לייגען ספייסעס, פלייש אא”וו, גענדיגט, יעצט קומט די זופ, אפשיילען וועטשעבאלס, פלייש, ספייסעס, אונמיטען דארף חיימעל א אייסעס, 2 מינוט נאכדעם א פעמפער, (כאפסט אפשר ווי אזוי ס’קען זיך ליידער מאכען אז די זופ איז נישט געזאלצען צו דיין געשמאק?)פארשטייט זיך אז ס’פעלט אפאר אינגרידיענס, און מ’דארף דאך אויך מאכן אן ארדער פאר שבת, 10:55 פייגי לאזט זיך ארויס צום גראסערי מאכען אן ארדער.זי לייגט אריין די בעבי און דעם שאפינג קערידזש, חיימעל וויינט אז ער וויל אויך, לייגט פייגי אים אריין און די בעסקיט פון די קערידזש, פארשטייט זיך אז חיימעל וויינט אז ער וויל אויך זיצען אויפן זיץ, אבער ס’איז נישט דא קיין פלאץ, פונקט דעמאלס נעמט זיך די בעבי וויינען, אזוי צווישען וויינען און בארואינגען כאפט פייגי אפאר וויכטיגע זאכען וואס ס’פעלט נאך אויס פאר שבת, חיימעל ווארפס אראפ א יאגערט און ס’גיסט זיך, 11:20 שטייט זי אין די ליין ביים באצאלען, נערוועז צו קענען כאפן דעם 11:30 באס.דאס ליין רורט זיך קוים, דער גראסערי מאן איז אויפן טעלאפאן, דערנאך מוטשעט ער זיך מיט א fs קארטעל, ס’סווייפט זיך נישט, ער טייפט אריין די נומבערס, פארשטייט זיך ער מאכט א טעות, ער טייפט עס אריין נאכאמאל, יעצט מאכט דער קאסטומער א טעות מיט זיין פין, מען דארף איבער מאכען דאס גאנטצע זאך, אלעס אויף פייגיס אנגעצויגענע נערווען אז דאס באס קומט שוין, ענדליך שטייט שוין פייגי ביים באצאלען, נעמט שנעל ארויס די זאכען ווען חיימעל פארבירט צו העלפען, “שרייבט עס אויף” זי רופט שנעל אויס איר טעלאפאן נאמבער, אבער ביפ, ס’איז אווער די לימעט, “מיסיס איר קענט שוין נישט אויף שרייבען” רופט ער אויס הויעך, פייגי ווערט רויט, “איך האב געבעטען מיין מאן אז ער זאל אריין קומען און באצאלען”, “אקעי נאר נאך די 1 מאל”.פארסאפעט מיטן אטעם אין די האנט לויפט פייגי כאפען דעם באס, נאך א מזל אז ס’איז אנגעקומען 2 מינוט שפעט היינט, און זי קומט אן צום באס נאכדעם וואס ס’פייפט שוין א מינוט, און כאפט אריין א בליק פונעם דרייווער.11:33 “א גוטען טאג שלומי, ווי אזוי איז געווען און חדר?” “אונז האמיר געמאכט א ארט” “wow אזוי שיין” פייגי לויפט שנעל אריין לייגען די חלות אין אויבען, מאכען קוגעל, און געבען שלומין סיריעל מיט מילך, 11:50 “א גוטען טאג מאמי” “א גוטען טאג רחלע, גיי זיי מוחל ווארט אויף ברכיס באס” “איך בין אזוי הונגעריג” “די באס קומט שוין, נאכדעם וועסטו עסן” 12:00 “א גוטען טאג מאמי” “א גוטען טאג ברכי, ווי אזוי איז געווען און סקול?” “מאמי, די טיטשער האט געזאגט אז קענדיס איז אויך גוט” “זעסט א מאמע ווייסט וואס זי רעדט” “מאמי, חייעלע איז געווען שבת מאמע, רייזי שבת אינגעל, מלכה אסתר שבת בעבי” “wow אזוי סאך פאן” “מאמי איך וויל אויך זיין שבת בעבי, איך בין נאך קיינמאל נישט געווען” “ביזט געווען 5 וואכען צוריק” “אבער איך וויל זיין נאכאמאל” “אקעי איך וועל שרייבען א צעטיל פאר די טיטשער”12:10 רחלע באקומט קאקאש קעיק, ברכי דארף דוקא יעצט בראני קעיק, ס’איז נישט דא, נאך א שטיקעל פארהאנדלאק גייט זי איין אויף מארבעל קעיק,12:17 “”א גוטען טאג מאמי” “א גוטען טאג יאנקעלע, ווי אזוי איז געווען און חדר?” “חיים נחום האט מיך היינט ווייטער געשלאגען” “אוי וויי נשמה’לע, טאטי האט געזאגט אז ער וועט רעדן מיט דייין רבי” “יא, אבער טאטי האט מיר געזאגט אז ער האט נישט קיין צייט און איך זאל מיך נישט וויסענדיג מאכען” “איך וועל רעדן מיט טאטין” “מאמי, איך דארף אייער שפייז!” “איך בין אביסעל פארנומען און איך קען נישט מאכען קיין אייער שפייז יעצט” “דעמאלטס האב איך נישט וואס צי עסן” “קענסט עסן סיריעל, קאקאש קעיק, מארבעל קעיק” “איך האב גארנישט ליעב” “עפן אויף די פרידשידער און נעם וואס ס’איז דא” יאנקעלע לויפט אריין און שטוב בלאזעדיג.ביני לביני, צווישען שמוסען און בארואינגען יאגט פייגי אן צו מאכען לאקשען פערפל און אייער, 12:30 דינג דאנג די ארדער איז דא, פייגי לויפט שנעל זיכען א דאלער פאר א טיפ, אבער שלימיאל האט פארגעסען איבער צו לאזען געלט, “מיסטער, איי וויל גיב יא נעקסט טיים” “דיס איז וואט יא טאלד מי לעסט טיים” פייגי כאפט שנעל צוויי דאלער פון די פושקע און גיט אים עס.12:40 לאהלע דארף עסן, “קינדער איך גיי געבן צי עסן פאר די בעבי, שפילטס ענק שיין און ווארפטס נישט אויף, ס’איז שוין באלד שבת” פייגי נעמט די בעבי צי איר רום און הייבט אן נערסען, 12:45 “מאמי, יעאקעלע האט מיר געשלאגען” “יאנקעלע וואס גייט פאר” “רחלע האט גענומען מיין בוק” “אבער די האסט נישט צו שלאגען”12:50 “מאמי, שלומי גיסט אויס מיינע דאלי קליידער” “קינדער, איך קען נישט האבען צוויי רואיגע מינוטען? קאלטס טאטי!”12:52 טאטיס טעלאפאן קלינגט, “העלא טאטי, שלומי גיסט אויס מיינע דאלי קליידער” “לאמיך רעדן צו אים” “העלא טאטי, ברכי שרייט” “דעמאלטס לאז אפ אירע קליידער” “איך האב עס אבער ערשט גאכאפט” לאמיך רעדן צו ברכי” “העלא טאטי” “ברכי לאז אים טוען וואס ער וויל איך האב נישט קיין כוח צי זיין ביזי מיט שטותים” “אבער מאמי לאזט נישט אז מ’זאל אויפווארפן” “דעמאלטס זאל מאמי קער נעמען, ביי” “איין מינוט טאטי, רחלע וויל רעדען” “אוי, אקעי, אבער שנעל” “העלא טאטי, יאנקעלע שלאגט” “וואס גייט דא פאר איך דארף זיין פארנומען מיט אזאלעכע שטותים, לאז מיך רעדען מיט מאמי”12:58 “מאמי, טאטי וויל רעדן” אוי וויי וואס וויל ער? “העלא” “איך פארשטיי נישט וואס דא גייט פאר, די קענסט נישט קער נעמען פון אפאר קליינע קינדער? די ווייסט נישט אז איך בין זייער פארנומען? וואס איז, די רעדטס מיט שיינדין אויפן פאן א גאנצען טאג און די שיקסט די קינדער מיך קאלען?” “שלימיאל, שריי נישט, די ווייסט נישט ווי שווער ס’איז, איך דארף צושטעלען די שבת מיט אלע קינדער אונטערען פוס, און זיי הארגענען זיך א גאנצען טאג” “פארדריי מיר נישט דעם קאפ, איך בין צו ביזי קער צונעמען פון אפאר קליינע קינדער, געב זיי אפאר פעטש און פארטיג” “ווען קומסטו שוין אהיים?” “מיטשע מיך נישט, ווען כ’וועל קענען וועל איך קומען”1:04 פייגי ברעכט אויס מיט א געוויין, איך גיי דיר נישט שרייבען וואס ס’גייט א דורעך אירע מחשבות, ווייל אויב די ווייסט נישט ביסטו נישט בגדר אנושי!1:07 פייגי נעמט זיך צוזאם און קומט ארויס צו א אויפגעווארפענע הויז, טויס, קרעיאן’ס, אנגעשריבענע ווענט, קאקאש קעיק אויפן פלאר, ממש סדום! “וואס גייט דא פאר, איך האב געבעטן אז מען זאל נישט אויפווארפן” “איך האב גארנישט אויסגעפאקט” “איך אויך נישט” “יא איך ווייס קיינער נישט, אבער יעדער וועט צאמפאקען” “פארוואס דארף איך אייביג צאמפאקען וואס שלומי און חיימעל האבען אויס געפאקט” “ווייל אזוי האב איך געהייסען!””מאמי, יאנקעלע פאקט נישט צאם” “יאנקעלע האב איך נישט עפעס געהייסען?” “איך ענדיג נאר איין מעשה” “ניין, יעצט” “אקעי קיינמאל קען איך נישט ליינען” “די קענסט ווען אלעס וועט זיין געמאכט פאר שבת”1:20 דאס הויז איז גאנץ כמעשה צאם גענומען, “רחלע, פאק אויס די ארדער און יאנקעלע וועקיום אויס די דייניג רום און די קאך” “איך וויל ענדערש אויס פאקען” “אקעי פאק אויס” “ניין מאמי האט מיר קודם געהייסען אויס פאקען” פייגי טרייט מפשר צו זיין “יאנקעלע, פאריגע וואך האסטו געוואלט וועקיאמען און נישט אויס פאקען” “אבער יעצט וויל איך אנדערש” “ס’גייט מיך נישט אן טוה וואס איך האב דיר געהייסען”פייגי גייט אריין און קאך מאכען די חריף וואס די פארלאנגסט און קיאקאמבער סעלעט, ס’פעלט טאמעטאס, “ווער וויל גיין אין גראסערי קויפן טאמעטאס?” “איך וועל גיין נאר אויב איך וועל נישט דארפן וועקיאמען” “ארלעדיגט” פייגי נעמט דעם וועקיאם קלינער און וועקיאמט, פעמפערט חיימעל, און גייט וואשען די טוילעטס נישט פאר זי לייגט אריין א לאוד וועש אין וואש מאשין, כאפסט?1:45 אריין אין קאך ענדיגען וואס מען דארף נאך, לויפט ביגלען דיין טלית קטן, מאכט נאכאמאל שלום צווישען רחלע און ברכי, לייגט אריין אין דרייער די זאכען פונעם וואש מאשין, לייגט אריין נאך א לאוד אינעם וואש מאשין כאפט אריין א שטיקעל קעיק מיט קאפי –האסט באמערקט? דאס ערשטע מאל היינט וואס זי עסט עפעס!- 2:10 נעמט ארויס די זאכען פון דרייער, נעמט זיך צוזאם לייגען די זאכען און אוועק פאקען, פעמפערט, מאכט נאכאמאל שלום צווישען יאנעקעלע און רחלע, און טרייט אראפ צו נעמען דאס געשרייבאכטס פונעם וואנט.2:35 דאס הויז איז שוין נאכאמאל פיל מיט טויעס, נישט האבעדיג קיין כוח פאר נאך טענה’ריי פאקט פייגי אוועק די טויעס אליין, נעמט ארויס די זאכען פון וואש מאשין לייגט עס אריין אין דרייער, און נעמט זיך ביגלען דיינע העמעדער.3:05 ויבא! ענדליך איז שלימיאל אנגעקומען! ברוך הבא! פייגי די צדיקות מאכט שנעל א קאפי שניידט אפ א שטיקעל קאקאש קעיק און דערלאנגט עס פאר דיר, כאפסט א צייטונג און נעמסט דיין קאפי אן א ישר כח און נעמסט דיך טרינקען, פייגי זעצט זיך אראפ לעבן דיר טרייט אנצוהייבען א שמוס “ווי אזוי איז געווען דיין טאג?” ליינענדיג די פארזעצונג און שעלטענדיג אז זי קען דיך נישט צורי לאזען מורמעלסט די דיך אונטער “אזוי ווי יעדען טאג” פייגי כאפט אז די ביסט אונגאנצען נישט אונטרעסירט, הייבט זי זיך אויף און לאזט דיר מנוחה.3:15 “שלימיאל, פליז קום מיך העלפן לייגען די טישטוך” “איך האב נישט קיין צייט יעצט, איך דארף נאך כאפן א דרימעל, בעט יאנקעלע זאל דיר העלפן” “אוי, זיי מוחל און קום מיך העלפן, ס’נעמט נישט מער ווי א מינוט, שיינדי און מושי קומען עסן ביי אונז און איך וויל אז די טישטוך זאל זיין גראד” “שוין ווייטער ארבעטסטו פאר יענעם, מיינסט אז איינער קערט אז די טישטוך איז נישט גראד? די עסן וועט נישט גוט זיין מיט א פארדרייטע טישטוך? אלע דיינע משוגעת’ן דארף איך נאך טאנצען? אייביג האסטו אינזין יעדעם אבער נישט מיך” “יוש, כ’האב שוין נישט קיין כוח צי דעם, פליז קום”3:20 די באשליסט צו טוען די גרויסע טובה און העלפן דיין ווייב -ממש א צדיק- און די גייסט איר העלפן, “שלעפ עס אביסעל צו דיר, אקעי, מער רעכטס, לייג עס אראפ, אוי ס’איז נישט גראד, הייב עס צוריק אויף און שלעפ עס מער לינקס” דיין blackberry געט א באז “אקעי דאס איז עס, ס’וועט בלייבען אזוי, איך קער נישט אויב ס’איז נישט גראד, איך קען נישט שטיין א גאנצען טאג און טרייען צו מאכן א טישטוך גראד וועגען דיין פארשטינקענע שוועסטער!” “גיי שלאפען איך וועל שוין אליין קער נעמען” “מאך זיכער די קינדער זענען שטיל” “זאג זיי אן”3:28 “קינדער, איך גיי שלאפען זייטס שטיל” די גייסט אריין און בעט און פייגי פארבירט צו מאכען דעם טישטוך גראד מיט יאנקעלע, ס’קומט אויס גאנץ כמעשה, יעצט קומט די רייע אויף די פלעסטיג, אבער עס ברעכט ווידער אויס א מלחמה צווישען ברכי און שלומי, ס’גייט קולות, אוי וויי, שלימיאל שלאפט, אך און וויי וועט זיין אויב די קינדער וועלעין נישט זיין שטיל, “ברכי און שלומי, טאטי שלאפט, מען דארף זיין שטיל” “אבער שלומי שלאגט” “שטיי נישט לעבן אים”3:35 פייגי כאפט אריין 2 Extra strong Tylenol פאר איר העד עיק, לאהלע וויינט זי דארף נערסען, אין די מעסטער בעדרום קען מען נישט נערסען, דער מלך שלאפט, מיז מען ניצען די קינדער בעדרום, “קינדער, גייטס שפילטס ענק אין די טוי רום, אבער ווארפטס נישט אויף, ס’איז שוין באלד שבת”3:40 פון אונטער די טיר “מאמי, איך קען האבען א קענדי” “יא, און געב איינס פאר יעדעם” “מאמי, אייביג דארף רחלע טיילען? איך האב נאך קיינמאל נישט געטיילט!” “רחלע, לאז ברכי טיילען” “אייביג פירט זי אויס וואס זי וויל” “שא, טאטי שלאפט, לאז איר יעצט טיילען, זי איז א בעבי, נעקסט טיים וועסטו טיילען, אבער זעה אז יעדער זאל זיין שטיל”3:44 “מאמי, חיימעל האט זיך באמאכט” “איך קום שוין” 3:47 “יאנקעלע בערפ די בעבי” “איך לייען יעצט” “וועסט באלד ליינען” “בעט רחלע” “איך האב דיר געהייסען, און די מעגסט דיך לערנען צו רעדן מיט מער דרך ארץ”3:49 פייגי גייט ענדיגען נערסען “רחלע מאך א וואנע און גיי באד דיך, און הייס ברכי גיין מיט דיר” “איך וויל גיין אליינס” “פרייטאג איז נישט דא קיין צייט” “דעמאלס וועל איך נעמען שלומין” “אקעי” “מאמי, קיינמאל וויל נישט רחלע זיין מיט מיר, זי וויל זיך נישט שפילען מיט מיר, זי שעמט זיך ווען איך בין לעבן איר פרענדס” “זיי שטיל טאטי שלאפט, איך וועל רעדן מיט איר”4:02 “יאנקעלע בערפ די בעבי” “שוין ווייטער איך” “רחלע איז אין וואנע” “אויש”, פייגי לויפט ענדיגען די טישטוך, גייט זייפען שלומין, נעמט אים ארויס, טוט אים אן, הייסט רחלע שנעל ענדיגען “איך וויל נאך זיצען אביסעל” “דעמאלטס לאז ברכי גיין מיט דיר” “אקעי” פייגי דערמאנט זיך פון די וועש אינעם וואש מאשין, לויפט עס אריין לייגען אין דרייער, גייט א דורעך די טוי רום ס’טוט זיך א בהלה, חיימעל האט אלעס איבער געדרייט “קינדער, עטס האטס נישט געקענט וואטשען? נעמטס אלעס צאם אבער שוין!” “זאל חיימעל אלעס צאם פאקען” “ער איז נאך א בעבי ער קען נישט” “אבער רחלע און ברכי זענען און וואנע, זאג זיי אז זיי זאלען ארויס קומען און העלפען” “רחלע און ברכי זייפטס ענק און קומטס ארויס” פייגי לויפט אפוואשען ברכיס קאפ, און חיימעל קומט צו לויפן וויינענדיג אז יאנקעלע האט אים געשלאגען “שא שא, טאטי שלאפט, יאנקעלע, פארוואס האסטו אים געשלאגען?” ווייל ער האט אויס געפאקט און איך דארף עס צאם פאקען” “ביסט א קליינע בעבי? חיימעל ווען טאטי וועט אויף שטיין זאלסטו אים זאגען”4:20 פייגי לייגט אריין חיימעל אין וואנע, ווייטער קולות, יאנקעלע האט אנגעריסען רחעל’ן ווייל זי האט ווייניגער צאם געפאקט פון אים, “קינדער זייטס שטיל, טאטי שלאפט, יאנקעלע גיי אריין אין דיין רום און בלייב דארט ביז טאטי שטייט אויף” פייגי זייפט חיימעל, נעמט אים ארויס און טוט אים אן, יעצט קומט די רייע אויף די בעבי, מען גייט איר באדען אין סינק, רחלע כאפט די ערשטע פלאץ לעבען די סינק, ברכי וויינט אז זי קען נישט זעהן, “נעם א בענקעל” חיימעל לייגט מען אויף די קאנטער, און שלומין אויף א צווייט בענקעל.4:37 די מלאכה הייבט זיך אן, פייגי לייגט ארויף די בעבי אויף די האנטוך וואס ליגט אויפן קאנטער, חיימעל געט איר א ציפ, קולות פון געוויינעריי, “חיימעל פארוואס ציפסטו איר?” “ווייל נאר איר באדסטו אין סינק און נישט מיך” “די ביסט שוין א גרויס אינגעל, די פיטסט שוין נישט, געב אים א קוש”4:40 יאנקעלע קומט צו גיין “מאמי, פארוואס נאר איך קען נישט זעהן?” “ווייל איך האב דיר געהייסען זיין אין די רום” “אבער איך וויל אויך זעהן” “זאלסטו מער נישט שלאגען” “איך גיי מער נישט שלאגען” “אקעי קענסט זעהן אבער גראד נאכדעם מיסטו צוריק גיין אין די רום.4:55 די בעבי איז שוין ענדליך אפגעבאדען, פייגי לייגט אים שלאפען, ווידער א געוויינעריי, יאנקעלע האט ארויס געשטעקט זיין פוס פון די רום פונקט ווען רחלע איז דורך און רחלע איז אראפ געפאלען, “שוין ווייטער קולות, מען קען נישט זיין שטיל אפאר מינוט?” “מאמי, איך האב א באל” פייגי כאפט א ביסעל אייז לייגט דאס ארויף אויף רחלע’ס שטערן, סטראשעט יאנקעלע אז זי וועט אים אויס זאגען פאר טאטין, יאנקעלע לאכט, ער ווייסט אז טאטי וועט זיך נישט צו שטארק וויסענדיג מאכן.5:05 די וועש פונעם דרייער איז פארטיג, פייגי נעמט עס ארויס, “מאמי איך דארף עפעס צו עסן” פייגי לויפט טיילען קוגעל מיט פערפאל, “איך האב נישט ליעב קיין פאטעטא קוגעל נאר עפל קוגעל” “ס’איז נישט דא קיין עפל קוגעל די וואך” “דעמאלטס עס איך גארנישט”5:10 “רחלע פיטער חיימעל זופ” “ער קען שוין עסן אליין” “אבער נישט זופ” “אקעי, אבער דעמאלטס וועל איך נישט דארפן גרייטען די טיש” “ארלעדיגט” פייגי גייט שנעל ארויס נעמען די לייכטער -א job וואס די האסט שוין לאנג פארגעסען אז ס’בלאנגט פאר דיר- קולות, שלומי האט אויס געגאסען וואסער, ב”ה נאר וואסער, “שלומי וויפעל מאל האב איך דיר שוין געזאגט אז די זאלסט נישט אליין גיסען?” “נתי פון מיין חדר זאגט אז ער גיסט שוין אליין” “ווילסט ווערען נתי’ס מאמע’ס אינגעל?” “ניין” “דעמאלטס זאלסטו מיך פאלגען!” שלומי נעמט זיך וויינען.5:30 שלימיאל איז ענדליך אויף געשטאנען “וואס איז די קולות דא? איך האב דיך געבעטען אז די זאלסט זיי האלטען שטיל!” “יאנקעלע האט געשלאגען חיימעל, אראפ געווארפן רחלע, רחלע מיט ברכי האבען זיך געשלאגן, שלומי האט אויס געגאסן וואס האב איך געדארפט טוען?” פייגי גיבט א בליק צו דיר, די ביזסט שוין לאנג נישט דא, א וויכטיגע דזשאוק האט געלאנדעט אין דיין blackberry, “איך גיי אין מקוה” “נעם זיי מוחל מיט יאנקעלע’ן” “נע, ער איז נאך צו קליין” “אבער ער דרייט איבער די גאנצע הויז” “טאטי אלע קינדער פון מיין חדר גייען שוין אין מקוה” “אייביג טוסטו עס, די ניצט די קינדער מיך מאכען טוען וואס איך וויל נישט, אקעי יאנקעלע גיי נעם וועש און קום” “טאטי, יאנקעלע האט מיך אראפ געווארפן און איך האב באקומען א באל” “דריי דיך נישט לעבען אים”5:40 “נא יאנקעלע, קום שוין” “איך טרעף נישט מיין העמד” “איך האב נישט קיין צייט, פייגי גיי העלף אים זיכען” פייגי לויפט שנעל ברענגען א העמד, זי ציטערט אז די וועסט נאך אוועק גיין אן מיט נעמען יאנקעלע’ן, זי טרעפט עס ליגען אין קלאזט ווי ס’ליגט אייביג -פארוואס יאנקעלע האט עס נישט געטראפען? איך ווייס נישט, אבער קינדער און מענער טרעפן קיינמאל גארנישט- ענדליך גייען שוין שלימאל און יאנקעלע אין מקוה.5:50 פייגי לייגט צוזאם די לעצטע פאר וועש, נעמט זיך פאלישען די שיך -שלימיאל וועט דאך אודאי נישט אנקומען צו פאלישען זיין שיך, ער איז זייער ביזי- בארגט אפאר אייער פארן שכנ’טע וואס ווארפט בליקען אריין אינעם הויז ווי צו זאגען “וואס? דיין הויז איז נאכנישט פארטיג פאר שבת?” ווי גלייך אין איר הויז איז נישט דא קיין בהלה יעצט, חיימעל ווערט געפעמפערט, די קינדער ווערען נאכאמאל אויפגעפאדערט אז זיי זאלען אוועק פאקען די טויס וואס האט זיך שוין ווידער באוויזען אויס צו פאקען.6:10 א שעה און 15 מינוט פארען זמן, פייגי לייגט ארויף די עסען עס אויף צו קאכן, נעמט זיך אויף קערן, געבט פאר שלומין קעיק, מאכט שלום צווישען רחלע און ברכי, טרר, די טעלעפאן קלינגט, “געב א קוק אויב ס’איז נאך דא וויין” “ניין קויף א נייע, און קויף טשאקלעד ברויפן” “זייט ווען האסטו ליעב טשאקלעד ברויפן? די טריקסט אייביג באנענא ברויפן?” “שיינדי האט עס ליעב” “אה, ווייטער ביזי מיט יעדעם, אקעי איך וועל קויפן” פייגי הייסט רחלע אריין לייגען גרעיפ דשזואס און סעלצער אין פרידשעדער “אייביג איך, אויב איך לייג אריין די טרינקען דעמאלטס וועל איך נישט דארפן אנגרייטען די טיש היינט” “פיין” פייגי וואשט אויף די קאך.6:20 פייגי ענדיגט וואשן, און קוקט אויפן זייגער און טראכט “זיכער וועט שלימיאל קויפן בלימען דעם שבת, איך האב דאך אים יעצט דערמאנט אז שיינדי קומט” שלימיאל קומט אהיים פארשטייט זיך מיט ליידיגע הענט, שוין נאך א זאך וועט פייגי מוזען אראפשלינגען.6:27 שלימיאל דארף א טרינק וואסער, ער גייט אריין אין קאך “אוי, איך האב עס יעצט אויף געוואשען, טוה אויס דיין שיך אדער ווארט אפאר מינוט” “וואס טוה איך דען, ס’איז נאר אפאר טריט” “אבער איך וועל עס מוזען איבער וואשען” “אייביג וואשסטו פונקט ווען איך וויל אריין גיין” פארשטייט זיך שלימיאל גייט אריין מיט זיין שיך נעמען זיין טרינקען.6:30 פייגי וואשט איבער די פלעצער ווי שלימיאל האט געטרעטען, “איך קען האבען אביסעל טשאלענט?” פייגי גרייט דיר אן א טעלער טשאלענט מיט קוגעל, “איך גיי מיך באדען וואטש פליז די קינדער”6:33 פייגי גייט זיך באדען און ענדליך כאפן א שטיקעל אפרי פון די שווערע ארבעט, 6:35 פון אונטער די טיר “מאמי, די בעבי וויינט” “נעם איר ארויס” “זי האט א פעקל” “אוי, בעט טאטי זאל איר פעמפערן” פייגי כאפט זיך שנעל וואס זי האט יעצט געזאגט, בעטן טאטי זאל איר פעמפערן? האהא, קיינמאל, “טאטי, מאמי האט געזאגט אז די זאלסט פעמפערן די בעבי” די פארטופט אינעם צייטונג “איך האלט אונמיטען עסען, די קענסט איר פעמפערן” “איך? איך ווייס נישט ווי אזוי” “אקעי, דעמאלטס וועט מאמי איר פעמפערן ווען זי וועט ארויס קומען” “מאמי, טאטי האט געזאגט אז די וועסט איר פעמפערן ווען די קומסט ארויס” פייגי זעהט שוין אז אפריען קומט נישט און באטראכט יאגט זיך שנעל און קומט ארויס.6:42 “שעפעלע, ליגסט אין א פעקל אזוי לאנג און קיינער נעמט נישט קער” פייגי פעמפערט איר און יעצט דארף מען איר געבן צו עסען, “שלימיאל, פליז מאך די לעכט, מאך די בלעך און די שבת זייגער” נעבעך, די דארפסט ארויס קוקען אפאר סקונדעס פון דיין באליבטען blackberry “האסט נישט נאך אפאר זאכען פאר מיר? האסט נישט געקענט טוען די אלע זאכן א גאנצען טאג?” “ניין איך בין נישט אנגעקומען” “אקעי איך וועל קער נעמען, יאנקעלע, מאך די שבת זייגער, רחלע, גרייט אן די לעכט” “טאטי, איך האב פאריגע וואך שוין געמאכט די לעכט” “די כאפסט א פראסק, איך וויל מיך נישט טענה’ן מיט דיר” יאנקעלע און רחלע טוען פונקטלעך וואס מען הייסט זיי, 6:55 “יאנקעלע בערפ די בעבי” “איך האב יעצט געמאכט די שבת זייגער בעט רחלע” “איך האב יעצט אן געגרייט לעכט” “יאנקעלע איך האב דיר געהייסען”6:57 “ווער האט שוין ווייטער אויס געפאקט?” “חיימעל” “רחלע, ברכי און שלומי שוין צאם פאקען” “פארוואס יאנקעלע דארף נישט?” “ווייל ער בערפט די בעבי” “איך וויל בערפן און ער זאל צאם פאקען” “פריער האסטו נישט געוואלט” יאנקעלע נעמט זיך טשעפענען רחלע “האהא די דארפסט צאם פאקען” “ביסט א בעבי” יאנקעלע האקט איר אן די ביינער, א געוויינעריי, “גייטס ביידע צו טאטי זאל ער קער נעמען, “טאטי רחלע האט געזאגט איך בין א בעבי” “יאנקעלע האט מיר געשלאגען” בליקסט ארויס פונעם צייטונג “עטס זעהטס נישט אז איך בין פארנומען?”7:02 “אוי האסט נאכנישט געמאכט די בלעך” “כ’האב פארגעסן, פריי דיך אז איך האב געמאכט די לעכט און די שבת זייגער” בלית ברירה מאכט פייגי די בלעך, און לויפט צוריק ענדיגען נערסען די בעבי.7:10 די ערשטע בעל קלינגט “קינדער ס’איז שוין באלד שבת, טוטס ענק אן” “מאמי, איך טרעפ נישט מיין דאסטער” “ווי איז מיין ציצית?” פייגי לויפט פון שלומי צו רחלע, פון יאנקעלע צו ברכי, מען זוכט, פארעכט, מאכט צו, קנעפלט צו, מאכט פיאות און האר.7:25 טרר, דאס צווייטע בעל, פייגי ענדיגט שנעל לייגען די טשאט אויף ברכיס האר, און לויפט צינדען לעכט, “שלימיאל, די לעכט איז נישט אפגעברענט!” “מאך דיך נישט נעריש ס’גיט אזוי” “פליז ברען עס אפ” אן קיין חשק טוסטו די גרויסע טובה און די ברענסט אפ די לעכט””שלימיאל, פליז וואטש די קינדער איך זאל קענען רואיג צינדען” “איך האב נישט קיין צייט, איך בין נאכנישט אנגעטוען שבת’דיג” פייגי נעמט זיך צינדען ווען אלע קינדער שטייען ארום איר, איינער ציעט איר דאסטער, איינער זעטצט זיך אויפן טיש, פייגי שרייט נא נא, ברכי געט א push פאר שלומי’ן, שלומי וויינט, פון די אנדערע עק הויז שרייט שלימיאל “ווי איז מיין שבת הויזען?” פייגי לייגט ארויף אירע הענט אויף די אויגען און טרייט צו זאגען אפאר ווערטער, “נא? ווי איז מיין הויזען?” פייגי ענדיגט שנעל “סליגט אויף די הענגער ווי יעדע וואך, ווען די לייגסט עס ווען אוועק מוצאי שבת וואלסטו געוויסט””ברכי בעט איבער שלומי” “זאל ער מיך קודם איבער בעטען, ער האט מיך נישט געלאזט זעהן” “שלימיאל, נעם אוועק דיין היט פון די דיינוג רום טיש” “איך בין ביזי” פייגי גייט עס אוועק לייגען, גייט דורעך די קינדער רום “קינדער, ס’איז שוין שבת און די טעיפ ריקארדער ליגט נאך און דערויסען, יאנקעלע, לייג עס אוועק”פייגי נעמט א תחינה טרייט צי זאגען אפאר ווערטער, יאנקעלע און רחלע האבען א מלחמה איבער א געים, “נא, ני” פייגי באשלוסט אז זי וועט קיין תחינה היינט שוין נישט קענען זאגען, “שלימיאל, טוה אויס חיימעל איך זאל אים קענען לייגען” די ליינסט א צייטונג “אקעי, און אפאר מינוט” “און אפאר מינוט וועסטו שוין דארפן גיין אין שול” “דעמאלטס טוה די אים אויס, די האסט סייווי גארנישט צו טוען יעצט”פייגי נעמט זיך אויס טוען חיימעל, פעמפערט אים “מאמי, שלומי שלאגט” “זאג פאר טאטי” “טאטי, שלומי שלאגט” “זאג אים ער זאל נישט” “שלומי, טאטי זאגט אז די זאלסט מיך נישט שלאגען” שלומי געט נאך א פראסק פאר ברכי, ברכי וויינט, “שלימיאל, ס’איז שפעט, די דארפסט שוין גיין אין שול” נעמסט ארויס דיינע אויגען פונעם צייטונג און קוקסט אויפן זייגער “אוי, ס’איז טאקע שפעט” כאפסט דיין שטריימאל און בעקיטשע “א גוט שבת””נעם זיי מוחל מיט שלומי, איך וויל מיך אראפ לייגען און ער דרייט איבער די הויז” “איך קען נישט, ער וועט איבער דרייען דאס בית מדרש” “פליז” “איך האב נישט קיין צייט, גוט שבת””רחלע און ברכי איך גיי מיך אראפ לייגען, גרייטס אן די טיש און וואטשטס די קינדער, זעהטס אז שלומי זאל נישט אויס פאקען” “האסט פריער געזאגט אז אויב איך לייג אריין די טרינקען וועל איך נישט דארפן אנגרייטען” “אקעי, איך וועל אנגרייטען” “מאמי, איך מעג רופען א פרענד?” “ניין, איך וועל נישט קענען שלאפען” “קיינמאל קען איך נישט האבען א פרענד” “די האסט אייביג, אבער יעצט וויל איך מיך אראפ לייגען”פייגי גרייט אן די טיש און גייט זיך אראפ לייגען פאר די פאר איבעריגע מינוטן ס’איז נאך דא, 5 מינוט נאכען זיך אראפ לייגען וויינט חיימעל, פייגי לויפט שנעל אים בארואינגען, לייגט זיך צוריק, “מאמי, רחלע לאזט מיך נישט הערן קיין טעיפ” “שלומי, ס’איז מוקצה” פייגי לייגט זיך צוריק ” 3 מינוט נאכדעם געוויינעריי, פייגי לויפט ארויס, שלומי שלאגט די מיידלעך מיט א בעזעם, פייגי זעהט שוין אז שלאפען וועט זי שוין נישט, טוט זיך אן “שוין ווייטער אויס געפאקט? טאטי קומט שוין באלד אהיים, פאקטס שנעל צאם” נאך א גאנצע ג’טענה’ריי ווערט צאם געפאקט, פייגי נעמט זיך אנגרייטען די חריף מיט די סעלעטס.”גוט שבת” מען קומט אהיים פון שול, פייגי ווארט אויף א גוט ווארט ווי שיין די הויז איז צאם גענומען ווי שיין ס’איז אנגעגרייט, א פייג, די באמערקסט ניטאמאל, מושי און שיינדי קומען צו גיין, מען זינגט שלום עליכם, פייגי זאגט “יאנקעלע זינג מיט” שלימיאל זאגט “נע, ער איז נאך אינג” פייגי גיט מיר אזא בליק וואס שרייט “פארוואס דארף ער אייביג זיין א קעגען מיר?”מען גייט מאכן קידוש, “מאמי, ווי זאל איך זיצען?” “ברענג א בענקל פון קאך” “איך דארף א דיינונג רום בענקל! איך בין שוין נישט קיין בעבי” פייגי ווארט אז די זאלסט עפעס זאגען, די הערסט ניטאמאל, ענדליך קומט מען זיך דורך, א האלב סעודה וועט איינער זיצען אויפן קאך בענקעל די אנדערע האלב וועט א צווייטער זיצען, יום השישי, “רחלע, גיי שנעל ברענג אריין קאפס” שלימיאל ווערט גערעגט “יעדע וואך די זעלבע מעשה, קענסט עס נישט אנגרייטען פאר דעם?”חלה, פיש, די עסט א מחי’, פייגי לויפט מאכן א באטי פאר חיימעל וואס וויינט, “ברענג אריין די סעלעטס” “איין מינוט איך קום שוין” פייגי ברענגט אריין די סעלעטס וואס די האסט אזוי ליעב, די טינקסט אינעם חריף, אינעם חומוס, ס’גייט א רויעך, אבער די ווייסט ניטאמאל צו זאגען איין גוט ווארט פאר פייגי, מושי בליקט זיך איבער מיט מיר ווי צו זאגען “וואס פאר א מין מענטש איז ער? קיין איין קאמפלימענט?””ברכי ברענג אריין די ברויפן” “איך האב אריין געברענגט די גרעיפ דזשאוס, זאל רחלע ברענגען” “איך האב געהאלפן מיט די פיש” פייגי שטעלט זיך אויף ברענגט עס אליין אריין, די רופסט דיך אן צו מיר “זעהסט, איך האב געקויפט טשאקלעד ברויפן וואס די האסט ליעב, איך האב אייביג יעדעם אינזין” פייגי שלינגט, ברכי לאזט אראפ איר קאפ גרעיפ דזשאוס, פייגי ווישט עס אפ.”יאנקעלע, קום העלף טיילען די זופ” “אינגלעך דארפן נישט העלפען, ס’איז די מיידלעך’ס דזשאב” “רחלע האט שוין געהאלפן מיט די פיש” פארשטייט זיך ס’איז פייגי’ס קינדער זאל זי קער נעמען, מיט דיר האט עס נישט קיין שייכות, יאנקעלע ברענגט אריין די זופ.און דא האסטו דיך אנגערופען דיין געמיינע סטעיטמענט “ס’פעלט זאלץ אין די זופ”יעצט פארשטייסטו?אנשטאטס העלפן פייגי’ן א גאנצען טאג, אנשטאטס איר קאמפלימענטען, אנשטאטס איר געבען א הייסען גוט שבת קוש און איר זאגען “די ביסט amazing איך וואלט קיינמאל נישט געקענט אזויפיל טוען אין איין טאג” האסטו נאך די חוצפה איר צו קריטיקירען???נאך די סעודה דארפסו סעקס, אודאי דארפסטו, ביסט אנגעפרעסן, אויס געפאפען, יעצט ביסטו גרייט זיך צו שפילען אביסעל, אבער העי, פייגי איז יעצט אינגאנצען נישט אין די mood, אודאי נישט, זי איז אויסגעמיטשעט, מיעד, אראפגעקלאפט נאכן כאפען פון דיר ווען עפעס איז נישט געגאנגען דיין וועג, זי האט א העד עיק, זי האט כמעט גארנישט געגעסן א גאנצען טאג, יעצט וויל זי גיין שלאפען און פארטיג.זי ווי א אשת חיל, א צדיקות, גייט יא אריין אין בעט מיט דיר, לאזט דיר זיך אויס געבען, און ווארט שוין קוים די זאלסט ענדיגען און איר צורי לאזען, יא, זי ליגט דארט ווי א קלאץ, זי האט נישט קיין כוח יעצט, אבער די ביסט דיר אליינס שילדיג!סעקס דארפסטו? פעטש דארפסטו!!!!איך האב געזאגט אז פייגי איז א צדיקות, איך קען דיר זאגען איין זאך, ווען די ביסט מיין מאן -ג-ט באהיט- וואלט איך דיר שוין לאנג אנגעכאפט ביים אויער און ארויס געווארפן פון מיין הויז! פייגי אבער וואוינט נאך מיט דיר, און גייט נאך אין בעט מיט דיר, אודאי איז זי א צדיקות! זי איז אזא גרויסע צדיקות ווי די ביסט א רשע! יא די ביסט!דאנק דעם באשעפער אויף יעדעס מאל וואס פייגי האט סעקס מיט דיר און קום נישט קאמפלעינען אויף וואס זי טוט נישט! דארפסט א blowjob? Earn it!קיין איין פרוי וויל נישט פילען ווי א שמאטע, ווי א קלינונג לעדי, ווי א טוילעט, א פרוי וויל פילען ווי א מענטש, א partner, א human being, ווען פייגי וועט אזוי פילען וועט זי דיך מאכן אזוי פילען.א פרוי איז א copy, א שפיגעל, זי שפיגעלט אפ וואס די ביסט!מיין מאן האט אמאל געשריבען איבער דעם און איך וויל דיר עס איבער שרייבען:,יא, טריי עס, ס’ארבעט געוואלדיג! איך רעד פון איקספיריענס, מושי טוט עס, און איך טוה פאר אי\!ס’איז שווער? די ביסט נישט געמאכט פאר די אלע פרויענישע זאכען? פרעג מושי אויב ס’איז שווער, ער טענה’ט אז ער וואלט קיינמאל נישט געקענט לעבען אנדערש, אמת, ס’איז אים אויך שווער געווען און דער אנהייב, אבער איינמאל מען פילט דעם טעם דערפון, ווערט עס אזוי גריג, אזוי שיין, אז מען ווייסט נישט ווי אזוי מען קען לעבען אנדערש.לאמיר אבער שוין זאגען אז ס’איז יא שווער, מיינסט אבער אז פאר א פרוי איז יא גרינג אלע מענער זאכען? פאר א פרוי איז אויך שווער, so it’s a 2 way streetאון נאך מער, ס’איז שווער ממילא ווילסטו נישט אזוי לעבען, זאג נאר, לעבען אן סעקס איז יא גרינג? גיין האבען סעקס מיט א האקער איז א מחי’דיגע לעבען??? נאכלויפן א אינגערע שוועגערען איז די לעבען וואס די זיכסט?די זעהסט ווי שטארק דיין קאפ איז פארדרייט?טריי עס אביסעל און זאג מיר צו ס’לוינט זיך נישט.איך וויל ענדיגען מיט א ווארענונג, דאס נעקסטע מאל וואס די רירסט מיך אן, אפילו “בטעות”, הייב איך אויף א פאון און איך קאל פייגי’ן, איך וועל צוברעכן דיין שלום בית? איך האף אזוי! פריי דיך אז איך האב נאכנישט ביז יעצט, איך האלט באמת אז פייגי זאל דיך איבער לאזען, מיין הארץ גייט אויס פאר איר, יענעם שבת האב ווען איך בין אהיים פון דיין סעודה האב איך געוויינט א גאנצע נאכט, און ס’איז נישט די ערשטע נאכט וואס איך האב געוויינט פאר פייגי’ן, זי האט גארנישט פון זיין חתונה געהאט מיט דיר, די פירסט זיך אויף ווי א הינט, און איך האב שוין אסאך מאל איר געוואלט מסביר זיין אז ג’געט וועט איר זיין בעסער ווי וואוינען מיט דיר, די סיבה פארוואס איך האב עס נאכנישט געטוען איז ווייל מושי האט מיר נישט געלאזט, אבער טאמער הערט זיך די טאטשען נישט אויף, גיי איך איר זאגען, you can look at me, but don’t dare to touch me!!!ווי עס שרייבט פון הארץ שיינדי