ר’ מיכאל איר זענט גערעכט!
מיכאל! ווער האט דיר געפרעגט?! ווער בעט דיך זיך אריינצומישן אין געשעפטן וואס זענען נוגע דעם כלל?! ביסט א רב? א רבי? א דיין? האסט הוראה? ניטאמאל א ביהמ”ד האסטו! אלזא, מי שמך לשר ושופט עלינו?! ווער ביסטו בכלל צו קענען זאגן וועמען מ’דארף יא ארייננעמען אין א ישיבה און וועמען נישט?! ווער ביסטו צו זאגן אזא שרעקליכן הירוס אז מ’זאל שיקן קינדער אין פובליק שולע? ווער גיט דיך רשות צו גיין רעדן אויף “יו-טוב” און חוזק מאכן פון די אלע טייערע אידן וואס זענען מקרב די פארלוירענע נשמות, ל”ע?! וואס מיינסטו, ווייל דו ביסט א זינגער ביי חתנות קענסטו זיך לאזן וואוילגיין און לאזן הערן דיינע דעות? זינג אין מיקראפאן “אמר רבי עקיבא” און שווייג ווען עס קומט צו עניני הציבור.
הוא מותיב לה והוא מפרק לה. איין ישועה קען נאך כלל ישראל האבן, אז אזעלכע אידן ווי ר’ מיכאל וועלן זיך נישט שרעקן פון די פריערדערמאנטע ווערטער, און דאס בלוט פון אידישע קינדער וועט זיי שטיין פאר די אויגן און אוועקטרייבן די חששות פון די בייזע פינסטערע עלעמענטן וועלכע דאמינירן דעם מהלך החינוך והיהדות.
א יישר כח אייך, ר’ מיכאל, פאר’ן לאזן הערן דעם געפיל פון אן איש פשוט און משמח אלוקים ואנשים. אייער דעה איז מיר חשוב’ער פון די קארופטירטע דעות פון געלטגייציגע, מאכט-הונגעריגע אפארטוניסטן. אייערע ווערטער, געזאגט – ניין, געשריגן – מיט הארץ און געפיל, זענען מער ווערד ווי 10 שובבי”ם תורות, און פערציג שבת הגדול דרשות. ס’דרינגט שטערקער אריין אין די הערצער ווי די קוואקערייען פון קראנקהאפטיגע רשעים באקליידעט באיצטלא דרבנן, וועמענ’ס טאשן און בעקיטשעס זענען וויכטיגער פון די עדרי הצאן וועמען זיי פירן אין תהום אריין.
די ראשי הישיבות וועלכע ווארפן זיך מיט אידישע קינדער כדי זיך צו בויען א נאמען לשם ולתפארת, קענען נישט מיט זייערע געשליפענע פיסקלעך צעשאקלען די אינערליכע גלידער ווי אייערע פלאמפייערדיגע ווערטער, געזאגט ביושר ובצדק, באמת ובתמים. ר’ מיכאל, ירבו כמותך בישראל! לאמיך אייך זאגן דעם אמת אין פנים: איך וואלט אייך נישט געהאלטן פאר ראוי צו זיין מיין מורה-דרך; אבער אויב בין איך געצוואונגען זיך צו קלויבן אזא איינעם, וואלט איך אייך ליבערשט געקליבן פון די אלע רבנים און אדמו”רים אויסגערעכנט אין דעם “ביזנעס דירעקטארי”.