די ערשטע חסידישע בלאגס
ארכיוו פון קליינע חסידישע אידישע בלאגס, 2002–2015
זוך אין אלע ארכיוון

די וועלט אמאל

YiddishVort · 13 נאוועמבער 2012, 19:41 · YiddishVort
UncategorizedYiddish hassidic

1. זמן ר”ת מוצ”ש איז געווארן א חיוב פאר יעדן.
2. ביז די לעצטע צענדליגער יארן איז נישט געווען אזא קפידה צו דאווענען מיט מנין; גדולי הרבנים וועלכע זענען געגאנגען אויף וואקאציע האבן פיל מאל בכלל נישט באמיט זיך צו באזארגן מיט מנין אין די קור ערטער.
3. ס’פלעגט נישט זיין קיין קפידה צו גיין יעדן טאג אין מקוה. צום ביישפיל: האדמו”ר מבאבוב פלעגט גיין אין מקוה בלויז מאנטאג און דאנערשטאג און אין טאג פון א ברית.
4. ס’פלעגט נישט זיין אזא קפידה אויף ווערים, מ’האט געגעסן פארשידענע גרינצייג אפילו זיי זענען געווען מוחזק בתולעים, נאר מ’האט עס גרונטליך איבערגעוואשן (און נארט אייך נישט פון די וואס ווילן אייך איינרעדן אז היינט זענען דא מער ווערים – להד”ם!)
5. ביז לעצטנס פלעגט זיין היבש נארמאל צו גיין צו דער פובליק לייברערי ארויסצונעמען איידעלע ביכער פאר קינדער.
6. ענגליש איז עפ”י רוב באטראכט געווארן ווי א גאנץ וויכטיגע זאך; לעצטנס איז פארשפרייט דער מושג אז מ’וויל נישט אז די קינדער זאלן קענען ענגליש.
7. מואוויס פלעגט זיין א נארמאלע זאך, דוקא “ווידעאס” זענען גע’אסר’ט געווארן.
8. ראדיא איז ביז לעצטנס געווען באטראכט ווי 100% לעגיטים. אלע האבן איר געהערט בשבתך בביתך ובלכתך בדרך.
9. עירוב פלעגט זיין א מיטל וויאזוי מען קען טראגן אום שבת.
10. נאך צוויי דריי יאר איז כמעט יעדער געגאנגען ארבייטן, היינט, זיצן אין כולל אונטער 6-5 יאר, ווערט באטראכט ווי ווייניג.
11. דרייוון געווארן פיל מער “טאבו” פאר רבי’שע משפחות. היינט איז געווארן א מושג אז רעבעלעך וואס זיי אליין דרייוון אדער האבן געדרייווט פארלאנגען פון די קינדער און איידעמער נישט צו דרייוון.
12. רעדן מיט פרויען איז אמאל געווען רוטין.
13. “שיינע אידן” פלעגן לייענען נ.י. טיימס, פארווערטס און מארגן זשורנאל; היינט מעג מען קוים לייענען דעם “שטערן”.
14. מיידלעך זענען לכתחילה געגאנגען ארבעטן אין אפיסעס. מ’האט פארשטאנען אז אפילו אויב ס’זענען דא ריזיקעס, איז דא א פרייז וואס מען דארף באצאלן פאר דרך ארץ.
15. סענסיטיוויטעט איבער פרויען. צום ביישפיל: די אמאליגע “לעידי פינגערס” זענען געווארן “בעיבי פינגערס” – ירמי’ דמן צענזורירט יו”ט ערליכ’ס ניגונים.
16. 6 קינדער איז אמאל געווען דער נארם, היינט ווערט ערווארטעט אז מ’זאל האבן מינימום 8-10 קינדער.
17. “לאנגע פיאות” ווערט היינט באטראכט ווי אן ערליכע זאך אפילו ביי פייערדיגע סאטמארער חסידים, טראצדעם וואס האדמו”ר מסאטמאר האט עס פיינט געהאט. בכלל איז דער דורכשניטליכע לענג פון די פיאות לענגער ווי אמאל.
18. בתי-מדרשים האבן צוגעשטעלט א שוויץ אין מקוואות; היינט “פאסט נישט”.
19. טראגן אום שבת אפילו פאר קינדער אונטער 6 יאר איז געווארן אסו
‘ס ניגונים.
16. 6 קינדער איז אמאל געווען דער נארם, היינט ווערט ערווארטעט אז מ’זאל האבן מינימום 8-10 קינדער.
17. “לאנגע פיאות” ווערט היינט באטראכט ווי אן ערליכע זאך אפילו ביי פייערדיגע סאטמארער חסידים, טראצדעם וואס האדמו”ר מסאטמאר האט עס פיינט געהאט. בכלל איז דער דורכשניטליכע לענג פון די פיאות לענגער ווי אמאל.
18. בתי-מדרשים האבן צוגעשטעלט א שוויץ אין מקוואות; היינט “פאסט נישט”.
19. טראגן אום שבת אפילו פאר קינדער אונטער 6 יאר איז געווארן אסור – א זאך אויף וועלכער מ’האט אייביג מקיל געווען.
20. דער פראצענט פון שייטלעך לגבי שפיצלעך איז היינט פיל גרעסער ווי אמאל.
21. אז מ’קוקט אויף בילדער פון אמאליגע חתונות, זעט מען ווי צניעות ווערט פרימער און פרימער.
22. סגולות. אמאל האט מען נישט געגלייבט אזויפיל און טאלערירט א מאס פון כפירה אפילו עס ווערט געברענגט אין ספרים, ווילאנג די ספרים זענען נישט געווען באנוצט אין יענעם קרייז.
23. ציונות, עברית. היינט איז פאראן א מערכה ביי חסידי סאטמאר אז מ’זאל נישט דערמאנען אפילו א ווארט עברית, אין דער צייט וואס האדמו”ר מסאטמאר האט זיך אליינס באנוצט מיט עברית.
24. הכשרים. מ’האט אמאל זיך ערלויבט צו עסן און טרינקען פון פארשידענע אלגעמיינע קאמפאניס, ווי “פאוסט” סיריעל, און “טראפיקאנא אראנזש דזשוס”. היינט וויל מען שוין אפילו אסר’ן ברוינפן.
25. אמאל פלעגט פיל מער פאסן פאר עלטערן אפילו בני תורה אדער פון רעבישע שטיבער צו גיין מיט די קינדער חול-המועד האלטן וכדומה.
26. אמאל האבן שוואגערס מיט שוועגערינס זיך געווענליך גוט געקענט, און מ’האט היימיש גערעדט. היינט איז מען מחנך פיל עקסטרעמער.
27. אמאל האבן די קינדער מיטגעהאלטן מיט כאראקטערן פון דער אלגעמיינער קולטור ווי “סעסעמי סטריט”, “בערנסטיען בערס”, “סינדערעלא”, וכדומה דורך טעיפס און ביכער.
28. אמאל האט מען געשפילט אלגעמיינע געימס ווי מאנאפאלי, געס הו, וכדומה, היינט איז אלעס פאראידישט.
29. עס האט אמאל קיינעם נישט געשטערט אויף אויף די “פאוסט” סיריעל שאכטעלן איז פאראן א בילד פון אן אמעריקאנער פארפאלק מיט זייערע קינדער; היינט קלעבט מען א סטיקער.
30. פילע אשכנזי’שע און אויבערלענדישע משפחות האבן זיך ביז לעצטנס געמישט פסח און געגעסן געבראקטס, און טוישן צום “נארם”.
31. פילע וואס פלעגט כמנהג אבותם גיין היטן אום שבת, האבן אנגעטאן שטריימלעך, משפחת הרב ביק, און קינדער פון וויענער אידן.
32. פאר’ן קריג האט מען נישט מקפיד געווען צו טראגן פרייטאג ביז נאכט.
33. פאר מלחמה האט מען כמעט נישט מקפיד געווען אויף מחיצות ביי חתונות, לעצטנס איז מען ביי פרומערע משפחות שוין ניטאמאל צופרידן פון מחיצות, מ’דארף דווקא א וואנט.
34. קלויזנבורגער מוסדו�
קלויזנבורגער מוסדות פלעגן האבן באסעס פאר אינגלעך און מיידלעך צוזאמען. היינט וואלט אזא זאך געווען יהרוג ואל יעבור.
35. פאר מלחמה האבן אין פילע גאר חסידישע מקומות אינגלעך און מיידלעך ביז 5 יאר געלערנט צוזאמען.
36. דער חתן פלעגט זיצן נעבן דער כלה ביי מצוה טאנץ און געגאנגען צום באדעקן אפילו ביי גאר רעבישע, לעצטנס האט מען דאס געטוישט.
37. טאטעס און זיידעס פון “שיינע שטיבער” האבן אויפגעהערט אנצוכאפן די כלה ביי דער האנט ביי מצוה טאנץ.
38. אמאל פלעגט די כלה גיין מיט אן אפענעם שייטל ביי דער חתונה, אפילו אויב זי איז געגאנגען צוגעדעקט נאך דער חתונה – היינט גייען טייל א שפיצל ספעציעל נאר פאר חתונה.
39. אמאליגע כוסות געווען פיל קלענער – נישט געווען קיין קפידה מקיים צו זיין יעדע חומרא’דיגע שיטה.
40. פרובירט זיך מפלפל זיין מיט אן עלטערן איד וועגן ספיקות אין ברכות, זיי וועלן אייך גלייך זאגן אז אמאל פלעגט מען זיך כמעט נישט קימערן מיט אזעלכע זאכן.
41. אין אונגארן האבן די פרומסטע פרויען נישט געקענט קיין אידיש.
42. א לעצטיגע מנהג וואס ווייזט אויף דעם הייטיגן מהלך-המחשבה: אנשטאט אויפנעמען די געסט, זענען היינטיגע חתנים פארנומען זאגן תהילים בשעת דער קבלת פנים.
43. א מצוה-טאנץ פלעגט זיין לוסטיג, מ’האט געלאכט און געטאנצט. היינט איז מען פארנומען מיט דעם “געהויבענעם זמן” און מ’וויינט (אפילו פורים איז מען שוין פארנומען מיט זאגן תהילים).
44. אמאל איז יעדער געווען צופרידן אז מ’האט געהאט גוים און פרייע אידן פאר די ענגלישע לימודים. היינט מוז מען האבן דווקא “היימישע יונגעלייט”.
45. פרנסה איז געווארן א זאך אויף וועלכער מ’דארף זיך נישט זארגן, אין דער צייט וואס אמאל האט מען געשעצט א בעל מלאכה.

אמאל האבן פרויען נישט מקפיד געווען אויף מישן אום פסח.
47. פרויען האבן נישט מקפיד געווען אויף געבראקטס.
48. אחרון של פסח פלעגט מען אמאל עסן פון די שוואכסטע אידן, היינט איז צוגעקומען א חומרא אז מ’מישט זיך טאקע אבער נישט מיט “קאמפעניס”.
49. אמאליגע בעלי בתים פלעגן נארמאל גיין אן היט און רעקל אין גאס.
50. וואלענער טלית קטן איז געווען איינגעפירט נאר ביי גאר חסידי’שע – נישט ביי דעם גאנצן המון עם.
51. קורצע רעקל געווארן כמעט בטל, יעדער האט שוין א לאנגער רעקל.
52. חיוב צו נוצן ווייץ פאר מצות דווקא פון דעם זעלבן מקום פון וואנעט מ’האט גענומען ביז היינט.
53. נעמען ווייץ פאר מצות דווקא פון מקומות וואו עס רעגנט נישט.
54. באהאלטן פארשידענע ענינים פון קינדער איז געווארן פיל עקסטרעמער. לעצטנס איז זאגאר ארויסגעקומען א ספעציעלער צענזורירטער קיצור שו”ע פאר קינדער.
55. שלאף קאפלעך האבן באקומען ריזיגע “ראבער בענדס” אז זיי זאלן חלילה נישט אראפפאלן פון קאפ אינמיטן דער נאכט.
56. ת”ת נעמען היינט נאר אן קינדער פון “גוטע” שטיבער; אמאל האבן אלע כיתות געהאט קינדער פון אלע מינים.
57. נומערן פון עמודים אויף ספרים דארפן היינט (ביי טייל) זיין דוקא אין אותיות, בעת אמאל פלעגן אלע שרייבן פשוט’ע נומערן.
58. דער טלית ביים לייענען די תורה שבת איז ביי כמעט יעדן געווען אויף די אקסלען, און מ’האט נישט געטראגן דעם שטריימל אויפ’ן קאפ. היינט ווערט דאס ווייניגער און ווייניגער.
59. אויף ווידעא פון מונקאטשער חתונה אין שטאט מונקאטש זעט מען קלאר תערובות.
60. שושן פורים פלעגט אמאל כמעט קיינער נישט גיין קיין שטריימל.
61. רוב אידן פון פריערדיגער דור האבן באהאלטן זייערע פיאות.
62. מאשין מצות ביי וויענער אידן איז בטל געווארן.
63. אמאל איז געווען א נארמאלע זאך אז בחורים זאלן ארבעטן. ר’ מיכאל בער ווייסמאנדל האט אפילו אויסגעשטעלט זיין ישיבה אויף דעם אופן.
64. פאר מלחמה פלעגט מען אין רוב מקומות נישט צודעקן די טישן אין בתי מדרשים שבת מיט א טישטוך, בלויז אין שטוב. היינט איז מען מקפיד צוצודעקן תיכף ומיד אפילו ווען נאר אן אינטש פונעם טיש איז אויפגעדעקט.

היימישע ליבע ←