די ערשטע חסידישע בלאגס
ארכיוו פון קליינע חסידישע אידישע בלאגס, 2002–2015
זוך אין אלע ארכיוון

למען יאמינו

דבר אחר · 14 יאנואר 2005, 08:43 · אחר
ווער האט געזאגט אז היינטיגע צייטן געשענט נישט קיין ניסים? זיכער געשענט, ס'ווענדט זיך נאר צו וועלעכע רבי מ'גייט. די רבי'ס וואס טויגן נישט זאגן פאר זייערע חסידים אז היינט איז א הסתר פנים, זה לעומת זה וכו', און פראווען עניוות. אבער די רבי'ס וואס האבן באמת א כח, זיי האבן די בטחון זיך ארויסצושטעלן פאר מיליאנע מענטשן און אויסהיילן קראנקע אויפן פלאץ, צו די אויגן פון גאנצן פאלק.

דורך השגחה פרטית בין איך פונקט געווען אין א האטעל דעם וואך. מאנטאג בין איך אויפגעשטאנען פרי צו קענען דאווענען געהעריג שחרית. קיין מנין אידן איז דארט נישט געווען, אבער איך האב געהאט געהערט אז מ'קען טרעפן מנינים אויפן קעיבל. האב איך גע'עפנ'ט דעם ארון קודש און אנגעצונדען די טעלעוויזיע. איך האב אנגעהויבן גיין פון איין שטיבל צום אנדערען, זוכן א מנין. איך בין פארביי אידן וואס האבן געטרינקען קאווע אין געשמועסט נייעס און פאליטיק. און געוויסע שטיבלעך האט מען געמאכט ריקודים, אין אנדערע האט מען אנגעגרייט תיקון, ס'געווען אפילו עטליכע ספרדי'שע חדרים.

שנארערס זענען געווען שרעקליך אסאך. זיי האבן געהאלטן אין איין אריינהאקן אינמיטן אנדערע זאכן, און מיר געוואלט פארקויפן פיתום און רעמסס פאר בלוי אכצן פעימענטס פון $12.99 און טאמער קאל איך יעצט וועלן זיי מיר אויך געבן דריי שיינע ראבער בענדס גענצליך אומזינסט. נישט נאר דאס, זיי וועלן אויך אריינווארפן פיר פעיפר-קליפס פריי פון אפצאל, א גאלדענע מציאה וואס איך וועל נישט טרעפן אינערגעץ, סאו קאל יעצט דעם נאמבער וואס איך האב געזאגט דריי מאל און וואס ס'שטייט אויך אויפן סקרין. און די וועסט באקומען פיתום וואס איז געווענטליך ווערט פיר הונדערט דאלער, פלאס רעמסס וואס קאסט ערגעץ אנדערש צוויי הונדער און פיפציג, פלאס... און איך האב געמישט ווייטער.

ביז איך בין אנגעקומען צום BET קאנאל. דארט האט מען געהאלטן אינמיטן דעם 6:30 מנין פון הרב פיטער פאפאף שליט"א. און וואס איך האב דארט געזעהן האט אויפגעלאכטען מיינע אויגן. דער רבי האט געהאלטן אינמיטן זיין עבודה, און געלעמטע מענטשן זענען אויפגעשטאנען און זיך גענומען וואקן. טויבע האבן ארויסגענומען די הערן-העלפערס און הינקעדיגע האבן אוועקגעווארפען די קראטשעס. איך בין געווארען אזוי באגייסטערט אז איך האב אויסגעשריגן א ברכה שכוחו וגבורתו מלא עולם!

אין דעם ווידיא קען מען זעהן, ציווישן נאך, איינער וואס האט נעבעך געהאט א טומאר אינעם רעכטן ברוסט, און בלויז דורך ארויפלייגן זיין הענט אויף איר שטערן, איז די טומאר גענצליך פארשווינדען.

ווער עס זאגט אז היינטיגע צייטן געשענט נישט קיין ניסים, איז דאס נאר ווייל ער גייט נישט צו די ריכטיגע רבי.

2 תגובות

Bar Pachsa · 14 יאנואר 2005, 14:48
ב"ה האסט ענדליך געטראפען א רבי'ן אין וועם צו גלייבען
דער פאפאף פאפער איז ממש א פאסיגער רבי פאר דיר, דער שידוך איז ערשט קלאסיג
און לאמיר נישט פארגעסן פון די רעבעצין
http://www.bible.ca/tongues-popoff-unmasked.ram
אחר · 17 יאנואר 2005, 06:51
מ'קען אויף יעדן צדיק אויסטראכטען בלבולים. פון איין זייט האסטו איין אפיקורוס מיט א טעיפ ריקארדער וואס דארף צו זיין פון די רביצין, און פון די אנדערע זייט האסטו א רעווערענד וואס איז רופא חולים אין פראנט פון טויזענטע מענטשן. קיינער פון זיי שטעלט זיך נישט אויף אפלייקענען אין די אפענע ניסים.

איך בין זעכער אז אויב וואלט ער געווען אן אמת'ע בלאפער וואלטן זיך אריינגעמישט די FCC און די FTC און ער וואלט נישט געקענט פארזעצן מיט זיין פאפעריי אויף נאציאנאלע טעלעוויזיע.
→ מיין רעזיגנאציעוואס איז גאט'ס ציל אין לעבן? ←