וואס איז גאט'ס ציל אין לעבן?
ווי מ'זעהט אין אידישע ספרים, איז גאט נישט באשאפען געווארען פאר קיין שום צוועק, ער עקזיסטירט בלויז ווייל אזוי האט זיך אויסגעשטעלט די וועלט, אז ער איז אייביג געווען, אן א שום סיבה. איז ווען גאט קוקט זיך אום און דערזעהט זיך אז ער עקזיסטירט און אז ער האט פארשטאנד און וויסן, קומט עס אים אויס ווינדערליך פארוואס עקזיסטירט ער? צו וועלעכע צוועק געפינט ער זיך דא? און וואס דארף ער טון מיט זיין לעבן?
מיט זיין אין-סוף שכל פארשטייט ער אז קיינער האט אים נישט באשאפען, אז ער האט קיינעם נישט העכער זיך וועמען ער דארף אויספאלגען, און אז ער איז נישט דא פאר קיין שום ציל. ס'בלייבט אים איבער נאר צו האקן א לעבן און טוהן ווי זיין הארץ גלוסט. ער דערזעהט זיך מיט פארשידענע מידות, געוויסע זאכן רעגן אים אויף און ברענגן אים צער, אין אנדערע זאכן מאכן אים פילן גוט און ברענגן אים א נחת רוח. ער נעמט פאר זיך א ציל אין לעבן צו באקומען וואס מער פון די נחת רוח.
פאר טריליאנע יארען פרובירט ער אויס אלע מינע זאכן וואס קענען אים ברענגען הנאה, און לאזט זיך וואוילגיין. ער דערוויסט אז א געוויסע קונץ וועט אים ברענגען פרייליכקייט דורך מאכן אזעלעכע מינוטשור מענטשעלעך וואס זאלן אויסקוקען ווי אים און זיך אויפפירן ווי אים, און עס וועט זיין זיס צו אנקוקען. אומר ועושה, האט ער זיך גענומען צו די ארבעט. ער האט געפריווט עטליכע מאל און דורכגעפאלען, ביז ס'איז אים געלונגען צו טרעפן א פאסיגע וועלט, און ער האט באשאפען די מענטשן. און ער האט זיי באפוילען צו גיין אין זיינע וועגן, זיך צו באהעפטן אין זיינע מידות, און נאכטוהן ווי ער טוט.
דערפאר דארפן מיר זעהן זיך צו שטעלן א ציל אין לעבן אריינצוכאפן וואס מער תענוגים מ'קען, און איינוועגס וועט דאס אויך ברענגען מער הנאה פאר גאט וועלעכע גלייכט צו זעהן קליינע מענטשעלעך זיך אויפפירן ווי אים, וועט אויסקומען אז יעדער וועט ארויסגיין מיט די מערסטע הנאה.

6 תגובות