מיין רעזיגנאציע
אזוי ווי יעצט איז אין סטייעל צו פארמאכן בלאגס - קיין געלט פארדין איך נישט דערפון, און די אינטערעסאנטקייט האט שוין אויסגעוועפט, זעה איך נישט מער קיין סיבה אנצוהאלטן ווייטער. נאכדערצו לעצטנס אז די מנהל קוקט אויף מיר מיט זיינע שטרענגע בליקן, האב איך מורא אז ער איז עפעס חושד. איך וויל נאך טוהן א גוטע שידוך, פאר'סמ'ען א שיינע משפחה מיט צוועלעף אפיקורסישע אייניקלעך, ס'פעלט מיר נישט אויס מ'זאל מיך ארויסווארפן פון ישיבה. זייטס מיר אלע געזונט און שטארק, און האטס א גוטן לעבן.
8 תגובות
one day perhaps
די מעלות פון דעם אויסלייג איז פיל פאכיג מער ווי סתם א בלאג. דער הויפט דערפון איז די געוואלדיגע מעלה אז מקען אפמאכן לויט דעם קעפל צו מזאל ליינען דעם גאנצען שטיקל צו נישט, אפט מאל מאכט זיך אז משרייבט שותים און לאקשען און זסאז נישט דא קיין צייט. אין היידפארק קען מען אפמאכן וואס מליינט יא ואן וואס נישט.
קום ארויף דארטן ווער א מעמבער וועסט שטארק הנאה האבן.
http://hydepark.co.il/hydepark/forum.asp?forum_id=12588
-- אייער באשטענדיגער לייענער
מנחם ב"ר לייב קאָלאָיער
סאיז דא ב"ה נייע פארומס ווי איר קענט פונקט ווי אחר זיך נעמען שרייבן און שמועסן אלעס וואס אייער הארץ גלוסט
אויב זענט איר אבסעסד מיט די היימישע פאליטיק קומט ארויף אויף הייד פארק אהרונישע פארומס
http://hydepark.co.il/hydepark/forum.asp?forum_id=12249
אויב זענט איר א זאלי אדער סתם א איד ווי איך קומט ארויף צו אידישער וועלט
איך האף אז אחר וועט קומען צו די זעלבע פארום ווי איך זיץ איצט אידישער וועלט...
אחר אפשר דאך?
קערט זיך למען השם אום מאחר
מיר בענקען נאך אייך און גלייבן ס'איז גלאכער
איר זאלט בלייבן אין דער יידעשער
בלאגעריי א וואזשנער מאכער