די ערשטע חסידישע בלאגס
ארכיוו פון קליינע חסידישע אידישע בלאגס, 2002–2015
זוך אין אלע ארכיוון

חסדי השם

דבר אחר · 26 נאוועמבער 2004, 08:34 · אחר
נחום איש גם-זו, האט פארלוירען ביידע הענט, ביידע פיס, ביידע אויגן, און די רעשט איז געווארען קרעציג, אבער ער האט נישט אויפגעהערט צו דאנקען דעם אייבערשטען. און דער זעלבער פינאמינאן קען געזען ווערן אפילו היינטיגע צייטן טעגליך. א איד ליגט אין שפיטאל, אנגעבונדען צו מאשינען וואס דערהאלטען אים ביים לעבן מיט יסורי איוב, אבער ער קוקט אויפן צענטל גלעזל וואס איז נאך פול, און דאנקט דעם אייבערשטען אז די לעבער ארבעט אים נאך.

שטעלט זיך ארויס אז דאס קומט פון שטאקהאלם סינדראם, וועלעכע איז גורם געפאנגענע משכונות זאלן אנקניפן א ליבשאפט מיט די טעראריסטן אויף אזוי ווייט אז זיי שטעלן זיך קעגן די פאליציי ווען מ'קומט זיי ראטעווען, זיי נעמן זיך אן פאר די טעראריסטן אין געריכט, העלפן צאלן די אדוואקאטן, און אין עטליכע פעלער האבן זיי אפילו חתונה!

שטאקהאלם סינדראם געשענט ווען מ'איז געפאנגען פאר עטליכע טעג און מ'איז אונטערען איינדרוק אז מ'איז גענצליך אונטער די טעראריסט'ס רשות, און דאס לעבן אדער טויט ווענדט זיך אויף זיין באשליס, און דער טעראריסט טוט אפאר קליינע טובות.

מיט די ווערטער פון א פלייט 847 משכון: "זיי זענען נישט קיין שלעכטע מענטשען, זיי האבן מיך געלאזט עסן, זיי האבן מיך געלאזט שלאפן, זיי האבן מיך געגעבן מיין לעבן". ס'ליגט מיר אין קאפ עפעס ענדליכע רייד פון ווען איך פלעג זאגן וואס ס'שטייט אין סידור.

→ פארוואס איך גלייב אין סענטעשערי דמעות ←