שערי דמעות
מיט עטליכע יאר צוריק, איז מיינער א שכן אין בית-מדרש דיאגנאזירט געווארען מיט קענסער, און ער האט אנגעהויבן אסאך צו פעלן. יום כיפור איז ער געקומען אין שול. ער איז געזעצן א גאנצע טאג מיט זיין ליידיגע בארד און זיך געבעטען פאר זיין לעבן. צו נעילה, ביי די פיוט פון י"ג מדות, האט ער מיטן ניגון געזונגען די ווערטער "תמכתי יתדותי בשלש עשרה תבות, ובשערי דמעות כי לא נשלבות..." און טרערן זענען גערונען פון זיינע אויגן. ער איז יענעם יאר געשטארבן.
יעדעס יאר ביי נעילה ווען איך הער יענעם ניגון דערמאן איך זיך דעם איד און ווי אזוי ער האט געזינגען. און איך טראכט פון אזעלעכע מימרא'ס ווי "שערי דמעות לא ננעלו" און איך קלער, אז דער באשעפער בארעכנט זיך אז ער וויל צוריק א נשמה, האט ער אסאך שנעלע וועגן דאס אויסצופירן. פארוואס דארף ער אפט אזוי לאנגזאם אויסצאפן די נשמה איין האר אויף אמאל?
דאן גייט מען צום נעקסטען פסוק און מ'זינגט וועגן א לעדערנע בעכער וואס ס'דא אין הימל און גאט לייגט אהין אריין אלע טרערן, און אלעס ווערט מיר שוין פארענטפערט. די וועגן פון אייבערשטען זענען העכער אונזער פארשטאנד, אבער קאלעקשינס איז א זאך וואס אפילו ביי מענטשן קען מען דאס נישט פארשטיין. איך האב אמאל געקענט איינער וואס האט קאלעקטעד דעקליך פון ביר באטלעך. ער האט געהאט א ספעציעלע שטוב ביי זיך אונדערהיים, די "קעפ-רום". דארטן איז געווען אויסגע'שורה'עט באקסעס אנגעפולט מיט קעפלעך, סארטירט לויט די פירמעס. איז פאר א געוויסע סיבה האט גאט ליב אידישע טרערן און ער האט אזא האבי זיי צו קאלעקטען און אריינלייגען אין א גרויסע בעכער.
אז מ'באטראכט די בעכערס פון קינדער און טאטעס, זעהט מען אז בעכערס קומען לויט די גרויס פונעם טרינקער. קומט אויס אויב גאט איז אין-סוף, דארף זיין בעכער אויך זיין אין-סוף, איז פארשטענדליך אז אלע חלומות וועגן איבערגעפולטע בעכערס וועלן קיינמאל נישט פארווירקליכט ווערן.
יעצט פארשטייט מען שוין פארוואס ער האט נישט פארשפארט די טויערען פון טרערן. ווייל ער האלט אידישע טרערן פאר זייער טייער און ער וויל זיי אלע האבן. און מיט דעם שטימט אויך זייער גוט פארוואס ער האט באשאפען קענסער, ווייל דאס וועט איהם ברענגען אסאך טרערן פאר זיין בעכער וואס איז נאך כמעט ליידיג.

2 תגובות
קיפ אן און זאלן דיינע אפיקורסיםלעך הנאה האבן אבער געדענק נישט אלעס איז אין סוף עס קומט אמאל א טאג וואס מדארף באצאלן אויף אזעלכע זינלאזע אקטן.
אפשר קענסטו טאקע אויפווייזען דיין סטעיטמענט אז דער בורא האט זיך שוין אן עצה געגעבען?
אין ווער האט דיך געזאגט אז די טאג וועט קומען וכו'