די ערשטע חסידישע בלאגס
ארכיוו פון קליינע חסידישע אידישע בלאגס, 2002–2015
זוך אין אלע ארכיוון

אל רחום וחנון

דבר אחר · 14 נאוועמבער 2004, 14:12 · אחר
ביי ר' שטריימעל אין בלאג האט מען ארומגערעדט וועגן די מצב אין סודאן. האב איך מיר דערמאנט וואס איך האב אמאל געהערט אז ווען ראזוועלט איז ארויפגעקומען אין הימל האט איהם די בי"ד של מעלה געפרעגט פארוואס ער האט נישט פריער עפעס געטוהן וועגן די מצב אין אייראפע האט ער גע'ענטפערט אז ער האט נישט געוואלט אוועקנעמן היטלער'ס בחירה.

מענטשן רעדן זיך דארט אפ אז זיי וואלטן זייער געוואלט העלפן נאר זיי שפירן אז זיי קענען גארנישט טוהן. גערעכט, זיי זענען דאך נאר מענטשען. ס'אבער מערקווירדיג צו קלערן וואס איינער מיט מער געוועלטיגקייט וואלט געקענט טוהן.

למשל טאמער וואלט געלעבט אין די ווינטער פון שנת תרמ"ט איינער מיט די אינטעליגענץ צו וויסן אלעס וואס גייט געשען, מיט די שטארקייט צו בא'איינפליסן די קלענסטע מיקראבען, און מיט די גוטסקייט וואס האט נישט קיין גרעניץ, וואלט יענער אומגעברענגט היטלער אין זיין מאמע'ס געדערים, און קיינעם'ס בחירה וואלט נישט געטשעפעט געווארן.

ארויסגעשטעלט האט זיך אז ס'פארגעקומען א שואה און מיליאנע אידן האבן פארלוירען די בחירה, פון די וואס זענען פארגאזט געווארען און פון די וואס זענען לעבן געבליבן, וועלעכע קענען מער נישט גלייבן אין גאט.

טאמער גאט ליינט מיין בלאג, וויל איך איהם לאזן וויסן אז דאס נעקסטע מאל ער ווייסט נישט ווי צו לעזן א פראבלעם אן אוועקנעמען בחירה, בין איך איהם גרייט ארויסצוהעלפן.

3 תגובות

אחר · 16 נאוועמבער 2004, 17:14
וואס האט זי געזאגט?
Anonymous · 17 נאוועמבער 2004, 09:55
יואלי,
זי בעט זיך בי דעם עולם צי מאכען א שווייג דערוועגען,

אחר,
די שרייבסט זייער גוט ווי גערווענלעך.

די פילוסופען (ימ"ש) רעדען שוין ארום צי איינער וואס וואלט גע'הרג'עט היטלער'ן אלס קינד, וואלט ער געווען חייב מיתה אדער נישט. פארשטייט זיך אז עס וואלט געווען זייער שווער אויפציווייזען אז ער גייט זיין די רוצח, נאר דעם בוחן כליות ולב קען אזיינס באווייזען.

Shtreimel
אחר · 18 נאוועמבער 2004, 02:14
ש'כוח

וואס געשענט ווען מ'מעקט אויס א נאמען?

וואס מיינסטו מיט "חייב מיתה"? לויט די אידישע הלכה? ע"פ תורה אז איינער הרג'עט אן עובר איז מען נישט חייב מיתה. און אז א קינד עסט פלייש און טרינקט וויין מעג מען איהם הרג'ענען ע"ש העתיד.
→ שערי דמעותדיינאסאורס ←