די ערשטע חסידישע בלאגס
ארכיוו פון קליינע חסידישע אידישע בלאגס, 2002–2015
זוך אין אלע ארכיוון

דיינאסאורס

דבר אחר · 9 נאוועמבער 2004, 08:38 · אחר
‫א חסיד וועט נישט קוקען א פארן מאווי אויב מ'קען דארט זעהן א דינאסאור. ער וועט זאגן "איך בין נישט משוגע צו קוקען אזעלעכע גוי'אישע פאנטאזיעס".

[בילד]


באמת זענען דא עטליכע וועגן ווי אזוי זיי וואלטן געקענט באהאנדלען די פראבלעם פון דיינאסאורס.

זיי וואלטן געקענט זאגן, נישט קיין שטיינער און נישט קיין ביינער, ס'קיינמאל נישט געווען אזא זאך. די ביינער וואס מ'זעהט אין מוזיום זענען געפעלשט, און די ביינער וואס יעדער קען אליין גיין גראבען איז אונטערגעלייגט געווארן דורך אפאר שפיצלער וואס זוכן אויסצופאפן די וועלט. אבער זיי זאגן דאס נישט.

[בילד]


זיי וואלטן געקענט זאגן, לעולם איז יא געווען דיינאסאורס, נאר נישט פאר מיליאנע יארן צוריק. וואס דאן וואלטן די רבנים זיך אוועקגעזעצט מיט די פראפעסארן און זיי אויפגעוויזן די טעות אין חשבון. אבער זיי האבן דאס אויך נישט געטוהן.

[בילד]


אנשטאט האבן זיי געקליבן צו מאכן א שווייג און פארוואסערען די גאנצע מעשה. מ'האט אין די טעקסט ביכער אויסגעשטריכען מיט א שווארצען מארקער וואו אימער ס'שטייט די ווארט דיינאסאור, און אזוי עקזיסטירט עס מער נישט.

די אמת איז אז זיי האבן שטארק מורא פון דיינאסאורס, און דערפאר ווילן זיי שטיין וואס ווייטער אוועק דערפון.

[בילד]


איך קוק מיך אום ווי איין פאלק לייקענט אין פנים עפעס וואס די גאנצע וועלט ווייסט פאר א פאקט, און דעם שקר איז מען מוריש פאר די קינדער, און איך וואונדער מיך וואס נאך די גאנצע וועלט האט געוואוסט פאר א פאקט מיט עטליכע טויזענט יאר צוריק, און דער זעלבער פאלק האט עס פארלייקענט.

6 תגובות

אחר · 9 נאוועמבער 2004, 11:23
ס'איז א פאקט אז ס'דא היינט ביינער.

אז ס'שטימט נישט מיט די תורה שטריכט מען עס אויס, הייסט עס אז די תורה שטייט אויף אויסגעשטראכענע פאקטן.
Anonymous · 9 נאוועמבער 2004, 17:26
The fact that here are dinosaurs is not against the torah, the Gemara tells us the story of the big animal the “Re’eim” who had to swim in the water while poking only his face in the “Teivah”. That could definitely be a dinosaur.

The “Mabul” could’ve been of such a substance that destroyed all living things, it could’ve had some sort of chemical that would make bones appear much older in today’s testing labs.

Who knows. Look at me trying to point out the Rabbonims case. They are in bad shape if they need me to explain their dogma.
אחר · 9 נאוועמבער 2004, 20:28
אוודאי איז דא וועגן ווי דאס צו פארענטפערן. תירוצים קען מען אלץ טרעפן. מיין רבי האט געזאגט אז ער האט א גאנצע זאק מיט תירוצים.

אבער זיי טוהן דאס נישט. פארוואס זאלן נישט די שולען פארציילען די קינדער איבער דיינאסאורס און מסביר זיין די תירוצים? פרשת נח זאל די רבי טייטשן "ראם - א דינאסאור".
Anonymous · 10 נאוועמבער 2004, 18:21
האט שוין איינער געזען די נייע וועבסייד
YIDDISH.BRAVEHOST.COM
ווי ער שרייבט וויל ער ס'זאל זיין א צייטונג אויפן וועב אינטערסאנט! צום ערשטען מאל
אחר · 11 נאוועמבער 2004, 07:52
‫דיינאסאורס איז א שם הכולל פאר טויזענטע מינים וואס האבן געלעבט אין יענעם עפאכע. ווי אזוי זיי זענען אויסגעשטארבען איז דא הסברים.

דאס אז א מין זאל גענצליך אויסשטארבען פאסירט היינטיגע צייטן אויך איבער די וועלט צו אסאך מינים. כאפ א בליק אויפן רויטע ליסטע פון טויזענטע געשעפענישן אין סכנה פון פארטילינג, און וויפיל פון זיי זענען שוין אויסגעראטען.

נאך מער, פון וואס מ'זעהט ביז היינט, שטארבט יעדע מין אויס פריער אדער שפעטער.98% פון אלע געשעפענישן וואס האבן געלעבט אויף דעם וועלט זענען אויסגעשטארבן.

לויט די טעאריע פון אוועלוציע איז די פשט אז א מין וואס קען זיך נישט ראטעווען שטארבט אויס און ס'בלייבט נאר איבער די וואס זענען מער געלונגען. דערפאר איז נישט קיין ווינדער אז מ'זעהט חיות מיט געלונגענע נאטורען.

לויט די טעאריע פון באשעפעראציע איז די פשט אז גאט האט חרטה פארן באשאפען געוויסע מינים און הרג'עט זיי אויס. דערפאר איז א ווינדער אז זיינע באשעפענישן האבן אזויפיל פעלערען.
Anonymous · 11 נאוועמבער 2004, 17:00
די נייע אידישע צייטונג סייט האט געכראכט, האט ער געמאלדען פון נייעם אדרעס
http://yiddishnews.bravehost.com/
→ אל רחום וחנוןאבל לשון ←