אבל לשון
ס'דא אפאר נארישע גוים וואס זענען אויפגעקומען מיט אזא טיפשות'דיגען "טעאריע" ווי זיי רופן דאס (ס'איז א שיינע ווארט פאר ליגנט בלע"ז) אז אדם הראשון איז נישט באשאפען געווארען דורך די באשעפער אינעם זעקסטען טאג, נאר ער איז געבוירען געווארן פון א מאלפע! :-) ס'איז נישט קיין געלעכטער... ס'עכט דא גוי'אישע קעפ וואס גלייבן דערין!
די פאלשקייט פון שמעוואלוציע איז זעלבסטפארשטענדליך, דאס דארף מען אפילו נישט דערמאנען. נאר עטליכע פונקטן איז אינטערעסאנט אויסצושמועסן צו זעהן ווי מטומטם די מאנקי-קעפ קענען זיין.
יעדער וואס האט נאר אביסל שכל פארשטייט אז ס'איז נישט מעגליך די וועלט זאל זיין עלטער פון זעקס טויזענט יאר. אבער די שוטים כאפן נישט אז לויט זייער חשבון קומט גאר אויס אז די וועלט דארף זיין אלט ביליאנע יארן... :-) גיי ווייס...
אן אינטערעסאנטע זאך איז, אז איך בין שוין עטליכע מאל געווען אין זא, און איך האב נאך קיינמאל נישט געזעהן א מענטש געבוירען ווערן פון א מאלפע. ס'איז אזוי ווי דער חזן וואס האט געזאגט אז ער קען שיין זינגען ווען קיינער הערט נישט וד"ל.
דארווין, דער גלח וועלעכער האט פארבראצירט די טעאריע, האט אליין מודה געווען פארן שטארבן אז ער האט די גאנצע באבע מעשה אויסגעזויגט פון זיין אייגענעם פינגער. אבער דאס טוט נישט צוריקהאלטן בייזוויליגע פאפערס פון ממשיך זיין מיט זייער פאנטאזיעס און ווייטער פרעדיגען זיין גלויבן. און אין די גוי'אישע שולעס טוט מען איינקנעטען אין די קינדער פון קליינווייז אן אז עוואלוציע איז די אמת און מ'טאר נישט טראכטען אנדערש. אזוי אז זיי זאלן אויפוואקסען פאנאטישע גלויביגע אין עוואלושען.
דאס איז זיכער אז די קליגסטע מענטשען האבן קיינמאל נישט געגלייבט און די אלע שקרים. ס'איז אפילו ארויסגעקומען א בוך פון איינער וואס איז אליין א גוי (פון די קליגערע גוים) וואו ער זאגט אויס פאר די וועלט איבער די בלאפערייען פון די עוועלוציע גלחים. ס'איז נאר עולם גולם אומגעלערענטע פויערען, וואס גלייבן דערין. וואס ווי ס'באקאנט האבן ערלים סאך שוואכערע קעפ ווי אידן. דאס קומט דערפין וואס זיי האבן נישט קיין נשמה וואס פון דעם באשטייט חכמה בינה דעת כידוע ליודעי ח"ן. נאר טאמער זיי זענען זיך מגייר און טובל'ן זיך אין א מקווה באקומען זיי א נשמה מיט שכל. ס'איז העכערע זאכן. אבער מיט דעם איז שוין זייער פארשטענדליך פארוואס גוים גלייבן אין עוואלושען און אידן נישט.
ס'באקאנט די מעשה פון איינע פון די גדולים, אז איינער האט אמאל באגעגענט זיין חבר און געזעהן אז ס'איז איהם ארויסגעוואקסען א וויידל. האט ער איהם געפרעגט "וואס גייט פאר?" האט יענער איהם גע'ענטפערט "איך גלייב אין עוואלוציע". יא, יא, די מעשה איז א מורא'דיגע מוסר השכל ווי מ'זעהט ווי אזוי די אלע עוואלוציאניסטן קוקן אויס.
ס'איז אפענע נפלאות הבורא אז די ווערטער "די אבעלאשען" במספר קטן מיט די כוללים איז גמטריא גענוי די זעלבע ווי "בבא מעשה" אן די כולל. הפלא ופלא! ווי הקב"ה אנטפלעקט זיך צו אונז אין באהאלטענע ערטער און ווער ס'זוכט דעם אייבערשטען קען איהם טרעפן אפילו היינטיגע צייטן. און דאס קען מען זייער שיין אריינטייטשען אין פסוק דרשו ה' - אויב זאלט עטץ נאר זוכען דעם אייבערשטען, והימצאו - דאן וועט איר איהם טרעפן. נאך א פשט: דרשו ה' - אויב זאלט עטץ זוכן דרשות פארן אייבערשטען, והימצאו - קען מען עס זייער גרינג טרעפן. מ'דארף נאר האבן א רצון. פתחו לי פתח כחודו של מחט, מ'זאל נאר עפענען די אויגן א האר און ארויסקוקען, און דאן וועט לעכטיג ווערן כפתחו של אולם און מ'וועט זעהן התגלות השם.
אבער די שמייליגע עוואלוציאנערען האלטן די אויגן שטארק פארמאכט ווייל זיי ווילן דוקא נישט טרעפן דעם אויבערשטען. און טאמער זאל איינער רחמנות האבן אויף זיי און זיי וועלן מסביר זיין און אויפקלערן זייער טעות, וועלן זיי צודריקן די הענט צו די אויערען און ברימען מיט די מויל כדי נישט הערן די אמת. און אנשטאט זיך צו פארענטפערן מיט שכל, וועלן זיי זיך נעמען זידלען, רופן צונעמען, און אפ'חוזק'ען מיט לעכערליכע לצנות ווייל קיין זאכליכע ענטפער האבן זיי דאך נישט.
לא כן אונז אידן וואס האבן א קבלה וואס איז אויסגעארבעט געווארען דורך די גרעסטע חכמים פון אלע דורות. און דאס איז באפעסטיגט געווארען דורך די קלוגסטע פיליזאפן פון אור אלטע צייטן, און איז אומאפרעגבאר. קומען היינט די יונגע שקצים און רעדן זיך איין אז זיי זענען קלוגער פון די זיידעס ווייל זיי האבן ערפונדען קאמפיוטערס מיט עראפלאנען. זיי ווייסן נישט אז אונזערע חכמים האבן געוואוסט פון די אלע פקחות פאר טויזענטע יארן צוריק און נאך אסאך מער וואס די היינטיגע סייענטיסטן ווייסן נאך נישט. נאר וואס דען, זיי האבן געהאלטן אז ס'איז בא'טעמ'טער צו פארן מיט א פערד און וואגן. ווי מ'זעהט אפילו היינט און מאנהעטען די בעסערע גוים דינגען א פערד און וואגן ווען זיי קענען זיך דאס ערלויבן. און די תנאים האבן געקענט אויסרעכענען אין זייער קאפ וואס די שנעלסטע קאמפיוטערס היינטיגע צייטן קענען נישט אויסרעכענען.
ביי אונז אידן ווי עלטער מ'ווערט, אלס מער באזעסען ווערט די דעת. משא"כ ביי גוים ווי עלטער זיי ווערן, אלס מער מטורף ווערן זיי. דאס איז איבערצייגט געווארן ביי דער געוועזענע פרעזידענט רעיגן אז ביי די עלטער האט ער שוין נישט געוואוסט וואס טוט זיך מיט איהם. אזוי אויך אונז ווייסן אז די דורות ווערן שוואכער און שוואכער און א שפעטערער קען נישט אפרעגן א פריעדיגער ווייל אמאל האט מען געהאט אסאך מער פארשטאנד. אבער די פראסטע גוים וועלעכע שטרעבן ווידערצושפעניגען און די וואוילע דרכים וואס די עלטערען האבן געלערנט, זוכן זיי אויפצושטעלן אז זיי זענען קלוגער פון די פריעדיגע, דערפאר זאגן זיי אז די זיידעס זענען געווען מאנקיס.
די אמת איז אז זיי אליין גלייבן אויך נישט אין די גאנצע זאך. די איינציגסטע סיבה פארוואס זיי פארציילען דאס איז נאר כדי צו קענען זיין הפקר און אויספיהרען זייער רשעות'דיגע אכזריות אן צו באדארפען אפגעבן א דין וחשבון פאר קיינעם. אבער אונז ווייסן וואס זייער סוף גייט זיין. דער אייבערשטער צאלט צוריק מדה כנגד מדה, קודם וועלן זיי מגולגל ווערן אין מאנקיס און דערנאך וועלן זיי פלאקערען און גיהנום פאר ביליאנען יארן. בשעת אונז אידן וועלעכע האבן זיך געהאלטן פעסט ביי די אמונה טראץ אלע נסיונות, וועלן שפראצן פליגלעך און נהנה זיין מזיו השכינה לעולם ועד במהרה בימינו אמן.

1 תגובות