די ערשטע חסידישע בלאגס
ארכיוו פון קליינע חסידישע אידישע בלאגס, 2002–2015
זוך אין אלע ארכיוון

א טאג אין גן עדן

דבר אחר · 3 נאוועמבער 2004, 08:40 · אחר
איך ליג אויפן ריקן אין א ווייעכע בעט, מיינע אויגן פארקלאצט ארויף צום גאלדענע חופה, און איך טראכט פון גיהנם.

אין פרימיטיווע צייטן, ווען אין טורמעס פלעגט מען מענטשען צוברעכן אויף שטיקער און פארברענען לעבעדיגערהייט, האט אין הימל אויך אזוי אויסגעזעהן. נאכמער האט מען אויבן געהאט די טעכנאלאגיע צוריק לעבעדיג מאכן און נאכאמאל פארברענען ווי די דייטשן וואס האבן געפייניגט כמעט ביז טויט און דערנאך אויסגעהיילט כדי צו קענען ווייטער פייניגען.

אבער ווען באזעצענע פעלקער האבן זיך צאמגענומען אפצושטעלן דאס אכזריות און באהאנדלען אפילו זינדיגע מיט מינימאלע רחמנות, איז גאט נישט צוריקגעבליבען. ער האט די אלע פיין געצייג אריינגעווארפן אין די פייער און די פייער פארלאשן מיט די שניי וואס האט זיך אזוי אויך צולאזט. און ער האט איבערגעבויט א מאדערנעם פארגעשריטענע גיהנום.

געלויבט דער מזל, בין איך געשטארבן אין די קאמפיוטער-אלטער, ווען גיהינום איז שוין געווען פול מיט נשמות וואס האבן נישט געדענקט די אלטע גיהינם. פאר טרינקען וואסער אן א פילטער האב איך באקומען זיבן חדשים אין א קעמפ. דארט האב איך זיך געטראפן מיט לייט וואס איך האב מיך מיט זיי פארשטאנען, און איך האב געהאט מיט וועם צו טוישן א ווארט. די מאטראץ איז נישט געווען אזוי דיק, אבער אונז זעמיר געזעצן דערויף שעות, געקוקט טעלעוויזיע און געשפילט קארטן. ס'געווען א ספארט-פעלד מיט א ביבליאטעק און די צייט איז צו שנעל אדורך.

דאן איז געקומען די טאג, איך געדענק עס נאך ווי היינט. די ערד איז געווען פארוואלקענט און איך האב געהאלטן אינמיטן א גוטע מאווי ווען ס'האבן אריינגעשטארעמט צוויי מלאכים אין ווייסן יונעפארם מיך אוועקנעמען אין גן עדן אריין, און מיין עולם הבא האט זיך דראסטיש געטוישט. ביים טיר פון גן עדן האט מען מיר גע'שחט'ען די יצר הרע. ס'האט נישט וויי געטוהן, מ'האט ערשט איינגעשלעפט יענעם ארט, אבער קיין תאווה האב איך מער נישט. מ'האט מיך אריינגעשטעלט אין א הויז מיט דריי הונדערט און צען צימערען געבויט פון א שטיין וואס איז אין עולם העבר געווען טייער. אין איין צימער שלאף איך, אין איין צימער עס איך, און אויף דריי הונדערט און אכט קוק איך.

דא בין איך ארומגענומען מיט רבי'שע אייניקלעך וואס זענען ביזי א גאנצען טאג פארגלייכן חופות און זיך רייצן ווער ס'האט מער באדינערס. אמאל גיי איך ארויף אין די ישיבה של מעלה, דארט זיצן אלע רבנים און קריגען זיך אין הלכות וואס זענען נישט נוגע. ס'דארף צו הייסן אז מ'שפירט עפעס א געהויבענע הנאה וואס מ'קען נישט פארשטיין. איך פארשטיי עס טאקע נישט. אבער איך פארשטיי שוין וואס די חכמים האבן געמיינט ווען זיי האבן געזאגט אז כל חיי עולם הבא איז ערגער פון איין שעה מצות אויפן עולם הזה (אבות פרק ד').

איך טרעף עפעס באקוועמהייט אין חלום'ען פון די אמאליגע גוטע צייטן אין גהנום. אבער דאס איז די נענטסטע וואס איך וועל צוקומען אהין ווייל א וועג צוריק איז נישטא. איך קען נאר ליגן אין בעט אין טרוימען פון גהינום. איך ליג שוין דא אזוי איבער פיר הונדערט יאר און איך הער אז ס'נישטא קיין ענדע צו די יארן וואס איך גיי דא ליגן. איך קען מיך נישט נעמען דאס לעבן און ס'איז שוין צו שפעט ארייצוכאפן נאך עבירות. דא וועל איך ליגן און טוהן דאס זעלבע לעולם ועד.

2 תגובות

Anonymous · 6 נאוועמבער 2004, 10:46
תגובה זו הוסרה על ידי מנהל המערכת.
Anonymous · 8 נאוועמבער 2004, 14:01
תגובה זו הוסרה על ידי מנהל המערכת.
→ אבל לשוןמי ימות ←