די ערשטע חסידישע בלאגס
ארכיוו פון קליינע חסידישע אידישע בלאגס, 2002–2015
זוך אין אלע ארכיוון

מי ימות

דבר אחר · 13 אקטאבער 2004, 09:05 · אחר
מיט טרויער איז אנגעקומען די בשורה אז ס'גייט נאך עמיצער גע'הרג'עט ווערן און די קומענדיגע הארי פּאטער בוך: "הארי פאטער און די נישט מיוחס'דיג פרינץ". לופין זאל אפגעהיטען ווערן. דאנקען גאט, הארי איז פארזיכערט מיטן לעבן ביזן זיבעטען בוך. וואס וועט זיין דערנאך, בלייבט אונז נאר מתפלל צו זיין און האפן אז ער וועט דערלעבן די בן שמונה עשרה לחופה און אויפשטעלן אן ערליך וויזערדישען שטוב מיט זיין באשערטע טשא. ווער ווייסט, ער קען נאך קומען צום שכל אז גוטס און שלעכטס עקזיסטירן נישט און זיך אריבערכאפן צו די טויט-עסערס.

הארי פאטטער איז אזוי ווי גאט, ס'נישט מעגליך אויפציווייזן אז ער עקזיסטירט נישט.

2 תגובות

Anonymous · 13 אקטאבער 2004, 12:55
איינער ווייסט וואס ער וויל?
אחר · 13 אקטאבער 2004, 23:07
יא, כ'האב דיר שוין דארט גע'ענטפערט. ענטשולדיג אויב האסט געדארפט ווארטען אפאר מינוט לענגער, איך בין געווען פארנומען.

אויב ס'וואלט דיר נישט צו שווער געווען, דאס נעקסטע מאל צו לייגען בלאגערעצות קאמענטארן און בלאגער עצות. א דאנק.
→ א טאג אין גן עדןהכול יכול ←