די ערשטע חסידישע בלאגס
ארכיוו פון קליינע חסידישע אידישע בלאגס, 2002–2015
זוך אין אלע ארכיוון

פאביעס

דבר אחר · 27 סעפטעמבער 2004, 14:36 · אחר
"ולכל בני ישראל לא יחרץ כלב לשונו" דעם פסוק פלעג איך איבערזאגן מיט א הייסקייט אלס קינד ווען אימער כ'האב געזען פונדערווייטענס א הינט, און איך האב אריבערגעשפרייזט צו די אנדערע זייט גאס. ס'בדוק ומנוסה ווייל איך בין קיינמאל נישט געביסן געווארן.

איך האב מיך אין דעם דערמאנט היינט צופרי ווען גייענדיג אין גאס איז מיר אקעגן געקומען מיינער א באקאנטער, א מיטליעריגע איד, א רב אין א בית-מדרש, ציווישן אונז ביידע האט שפאצירט א גוי מיטן הינטל אין זיין ריכטונג. ווען די גוי איז איהם פארביי האט ער כמנהג ישראל סבא אוועק גענויגט על אם הדרך ווי די אידן אין געטא ווען זיי האבן געזעהן א דייטש.

ווען מיר האבן זיך באגעגנט פרעגט ער מיר "וויאזוי גייט מען דאס דורך א הונט אן מורא האבן?" האב איך איהם געזאגט "אז מ'גייט אפילו מ'האט מורא. מיט די צייט זעהט מען אז ס'געשענט גארנישט און מ'פארלירט די פחד" רופט ער זיך אן "מ'דארף גיין - איך האב מורא נאר פון אייבערשטען נישט פון קיינעם אנדערש!" און מיר האבן זיך פונאדערגעשיידט.

פון ווי האב איך מיך אויסגעלערנט צו ברעכען פאביעס? איך געדענק נאך די צייטן ווען כ'האב שוין נישט געגלייבט אין גאט, כ'האב אבער נאך אלץ מורא געהאט אנצוצינדען א לעקטער אום שבת. ס'געווען אזא איינגעגעסענע אומראציאנאלע פחד, וואס דאס איז א פאביע, מ'ווייסט אז ס'נישט מסוכן דאך האט מען מורא, געווענליך ווייל ס'איז איינגעפלאנצט געווארען אלס קינד.

האט אבער פאסירט אז כ'האב אמאל געדארפט שטארק וויכטיג א לעקטער, האב איך מגבר געווען מיין מח אויף מיין הארץ, און עס אנגעצינדען טראץ די פחד - והנה, ס'נישט אראפגעקומען א בליץ פון הימל מיך צו סמייטן, און מיין הארץ האט געזען אז מיין מח האט רעכט. דאס נעקסטע מאל האט ער שוין גרינגער ערלויבט די מח איינטיילען און איך האב שוין געצינדען פאר נישט אזעלעכע וויכטיגע סיבות.

די פחד פון הינט איז אזא נאציאנאלע פאביע וואס רוב מנין ובנין פון היימישע אידען (אויסער עטליכע אפיקורסום) פארמאגען דאס. ס'איז א צייכן ווי דער געלער שטערן. אז מ'וויל וויסן צו איינער איז א היימישע איד דארף מען נישט מער פון דעם. ער מעג גיין אנגעטוהן און פארשטעלט וויאזוי ער וויל. פיהר דורך א הינט נעבן איהם וועסטו גלייך דערקענען צו ער איז א היימישע איד.

ס'גייט צוזאמען מיט אסאך אנדערע נאציאנאלע פאביעס. אונזערע בחורים ווייסן אז טאמער גריסט מען א גוי'איש מיידל גייט זי איהם פאר'מסר'ען אויף רעיפ, און טאמער גריסט מען א גוי'איש אינגל באקומט מען עידס. טאמער גריסט מען א שווארצער ווערט מען גע'הרג'עט און טאמער לעשט זיך אויס די יום כיפור ליכט גייט מען דאס יאר שטארבען. וכהנה רבים, און אזוינע איז דא אסאך. הצד השוה שבהן, וואס אלע זענען אייניג, אז טאמער שטארקט מען זיך און מען טוט עס יא, געשענט גארנישט און מ'פארלירט די שרעק.

7 תגובות

אחר · 27 סעפטעמבער 2004, 16:26
מיין ליבער פריינט, איך זעה אז איר האט אויף זיך גענומען אפצופרעגן אלעס וואס איך זאג. איך "אפרישיעט" וואס איר טוהט קאמענטירן אויף א יעדע פאסט. איר וועט מיר אבער מוחל זיין אז איך ענטפער אייך נישט געווענליך, ווייל די דאזיגע וויכוחים זענען אייביג ענדלאז און מיין צייט איז נישט, וועל איך אייך לאזן האבן דאס לעצטע ווארט ביים ערשטען רונדע.

איך האב אייך נאר געוואלט באגריסען וויבאלד אונז זעה מיר זיך טעגליך.

ביי מיר אין חדר האט מען געלערענט די גמרא אין ברכות דף נט. אמר ר' אלכסנדרי אמר ר' יהושע בן לוי לא נבראו רעמים אלא לפשוט עקמומית שבלב שנאמר (קוהלת ג) והאלהים עשה שייראו מלפניו, אז די בליצן זענען געמאכט געווארען צו דערשרעקען מענטשן.

א גוט יאר אויף אייך אויך און האלט אן מיט אייער הייליג ארבייט!
Anonymous · 27 סעפטעמבער 2004, 19:17
צו אחר: "רעמים" זענען דינערן נישט בליצן-ברקים
צו דע מה שתשיב: ווינטשען "זאלסט האבן אויסגעבעטן אלעס גוטס" איז תפילת שוא אדער האט מען אויסגעבעטן אדער נישט
Anonymous · 28 סעפטעמבער 2004, 12:10
Does it not say "Mechalelehu Mois Yumas"?

Hashem can fully take care of his needs, regardless of your fear.

The "hester panim" is so great these days that hashem would not let you know instantly , but your time will surely come.

It has nothiong to do with the level of your beleif or fear; it will happen regardless.
Anonymous · 28 סעפטעמבער 2004, 12:11
you consider "acher" as a good freind, or you oppose him?? How could you - according to your philosophy - be a freind of an apikoros????
BTW why don't you opem a blog, smashing him? it will be great!
Anonymous · 28 סעפטעמבער 2004, 14:23
I'm the second anonymous commenter, you didn't answer me where I can get to your Blog.
Anonymous · 28 סעפטעמבער 2004, 14:24
I'm the second anonymous commenter, you didn't answer me where I can get to your Blog.
Anonymous · 28 סעפטעמבער 2004, 16:03
איך וויל צולייגן א כלליות'דיגע נקודה: יעדער וואס קומט אריין צו דעם בלאג ווייסט זייער גוט וואס עד גייט זעהו און וואס ער וויל זעהן ווייל אויב נישט וואלט ער ווארשיינליך נישט אריינגעקומען... ממילא ווער עס וויל קאמענטירן אויף די געדאנק פונעם פאסט איז דאס גאנץ נערמאל אבער קריטיקירען אויף וועג וואס דער בעל הפאסט האט בוחר געווען און זיין לעבן שטייגער איז זינלאז, און ווי איך שפיר איז די סיבה פון די זינלאזע קאמענטארן נישט מער ווי אראפ נעמען פון זיך די שולד געפילן פון ליינען זאכן וואס אייער מח דערהייבט נישט, איז אלס אייער פריוואטע טובה אדער גראדט אויס אייער מח און ווערט נישט אזוי איבערגענומען ווען איר הערט מיינונגען וואס געפעלט אייך נישט אדער איז דא פשוטע עצה קוקט נאר אויף אזעלעכע פלעטצער וואס שרייבן זאכן וואס שטימט יא מיט אייער מח אדער איז דא א מעגליכקייט (בעזהשי"ת) אזאיר וועט נאך אביסל ליינען און דער בעל הפאסט וועט צושטעלן די ריכטיגע סחורה וועט איר זיך (אי"ה) שיין צוגעוויינען און מיט די צייט אפשר אויך שרייבן אזעלעכע געדאנקן
→ שמחת בית השואבהפקודי העדה ←