פקודי העדה
שוין א לענגערע צייט וואס די אנקעטע דא אין די זייט האלט זיך ביי די זעלבע נומערען בערך: 71% מאמינים, 8% מסופקים, 21% כופרים. דאס איז נישט צופיהל אנדערש פון די אמעריקאנער גוי לויט א העריס פאול. ס'איז אבער הויך פאר אידען ווייל נאר 48% פון אידן גלייבן אין א גאט.
ס'איז אינטערעסאנט וואס זיי שרייבען דארט אז אויפן טעלעפאן וועלן מער מענטשען פילן אומבאקוועם צו זאגען אז זיי גלייבען נישט. און אז פרויען גלייבען מער ווי מענער, שווארצע גלייבען מער ווי ווייסע, רעפובליקאנער גלייבען מער ווי דעמאקראטען, און אומגעלערענטע גלייבן מער ווי קאלעדזש געלערענטע.
איין זאך איז מיר אבער א חידוש. מיין סברא וואלט געווען אז ס'דארף זיין סאך מער מסופקים - כאטש מער ווי כופרים. און למעשה זענען זיי דא די ווייניגסטע. איך מיין אז איינער וואס איז מסופק וועט סאך ענדערשער בכלל נישט שטימען. ס'קען אויך זיין אז אסאך אידען, אפילו זיי האבן ספיקות, האלטן זיי זיך פאר מאמינים ווייל סוף-כל-סוף זענען זיי מחמיר מספק.
מ'קען טענה'ען אז די אנקעטע דא שפיגעלט נישט אפ א גרויסע חלק פון היימישע אידן וואס גייען נישט ארויף אויפן אינטערנעט און אז ביי זיי איז די צאל מאמינים העכער. קען מען דאך זיי נישט פרעגען. ביי זיי איז אפילו שווער צו דערגיין ווי סאך ס'וואלטען ארויפגעגאנגען אויפן אינטערנעט ווען זיי האבן די ברירה, און ווי סאך ס'גייען טאקע ארויף. איך מיין אז ביי זיי איז דא מער אפיקורסים, פאר עטליכע סיבות. מ'קען דאס נישט פעסטשטעלען אבער מ'קען עס באמערקען אויף די שמייכל ווען זיי הערן א גוט שטיקל אפיקורסות.
אבער לאמיר זאגען אז דער אמת'ער נומער איז סאך קלענער, למשל 5%. מיינט דאס אז אויב אין ניו יארק איז דא הונדערט טויזענט היימישע אידן איז אויך דא 5,000 היימישע כופרים. אז אין דיין בית-המדרש דאווענען פערציג אידען איז מן הסתם דא כאטש צוויי מתפללים וואס גלייבן נישט אין גאט. ס'מיינט אויך אז אין א יעדע אידישע מנין איז דא א פיפציג פערצענט טשענס אז דער צענטער איז א כופר, פאר דעם זאגט מען אנו מתירין להתפלל עם העבריינים...

3 תגובות
וואס ווערט דיר בעסער אז ס'דא פיל מער נישט גלייביגע
??????????????????????????????