שמחת בית השואבה
סוכות איז געווען די שענסטע יום טוב אין ירושלים. ס'דער צייט פון יאר ווען די וועטער איז א מחיה. דער עקאנאמיע איז אין איר הויכפונקט, האבענדיג נארוואס גע'ענדיגט די ארבעט פון איינזאמעלען די תבואות מיט גרויסע רווחים. דער עולם איז גוט אויפגעלייגט.
און אזא סעזאן האט זיך יעדער ארויפגעלאזט קיין ירושלים. מיט וואגאנען אנגעלאדענט פירות און מיט טאשען אנגעפולט געלט. די גאסען פון ירושלים האבן געשווארמעט מיט מענטשען פון אלע עקן לאנד. פריינט האבן זיך געטראפען און משפחות זענען זיך צאמגעקומען. מ'האט געגעסען בהמה פלייש, געטרונקען וויין און ביר, און זיך געלאזט וואוילגיין. די שענסטע זענען נאך געווען די נעכט, ווען אין אלע גאסען איז געווען לעכטיג און ס'האט זיך געהערט מוזיק פון די הר הבית וואו די עולם האט פארברענגט א גאנצע נאכט מיט אלע סארט ענטערטעינמענט.
סוכות איז געווען די יו"ט פאר די מענטשען, כלו לכם. די גייסטישע פירער האבן נאכגעלאזט פון זייער עקסטרעמקייט און געלאזט די עולם זיך אביסל אויסגעבן. זיי האבן געזאגט, "זאלסטיך פרייען און דיין האלידעי און זאלסט זיין נאר פרייליך". די לווים וועלעכע האבן א גאנצע יאר געזונגען פאר גאט אין די עזרה וואו נישט יעדער האט געהאט צוטריט, זענען ארויסגעקומען שפילן פארן פאלק אין די עזרת נשים. אנשטאטס עוסק צו זיין אין מאדנע עבודות ווי שפריצן בלוט און ווארפען אש, האט מען עוסק געווען אין שמחות וואס די המון עם פארשטייט; מוזיק, קונצען, לאמפען, און טאנצען.
די עליה לרגל איז געווען א גרויסע חלק פון ירושלים'ס עקאנאמיע. מ'האט זיך זייער געזארגט פאר די באקוועמליכקייט פון די טוריסטן. מ'האט פאר זיי געפלאסטערט וועגן (תוספתא שקלים א,א) און געגראבען רעזארווארן. פארשידענע געזעצען זענען געווען אין ירושלים ספעציעל צוליב די עולי רגלים, פון זאנינג לימיטס (בבא קמא דף פ"ב:) ביז רענט קאנטראל (מגילה דף כ"ו.). געוויסע הלכות האט מען מתיר געווען נאר פאר די עולי רגלים למשל סארט עירוב'ן (עירובין דף כ:) און טייל טומאה'ס (נידה דף ל"ד.). ירושלים איז נישט געווען אזוי געבענטשט מיט נאטירליכע אוצרות (פסחים דף ח:) און האט שטארק ארויסגעקוקט אויף די פארדינסטן פון טוריזם. ווי נאר די עולי רגל זענען אנגעקומען איז גלייך די עקאנאמי ארויף (אבות דרבי נתן נוסח ב' פרק ל"ט).
צו דעם איז צוגעקומען דער געניאלען איינפאל פון מעשר שני. מעשר שני איז געגאנגען עפעס אזוי: צען פערצענט פון וואס מ'פארדינט גייט פאר מעשר שני. מעשר שני מעג יעדער עסן ווי'זוי מ'וויל, נאר איין תנאי, מ'מעג עס ספענדן נאר אין ירושלים. איז אויסגעקומען אז א צענטל פון דאס לאנד'ס עקאנאמיא האט זיך קאנצענטרירט אין ירושלים. מיליאנען שקלים אין ווערט פון זילבער און פרוכט זענען ארויפגעקומען יעדעס יאר קיין ירושלים. די בעלי-בתים זענען געווענליך נישט אנגעקומען אויפצועסן די גאנצע בשעת'ן יו"ט און בעפאר זיי זענען אהיימגעגאנגען האבן זיי עס אויסגעטיילט פאר זייערע באקאנטע און פאר ארימעלייט (רש"י ב"מ כ"ו.). ירושלים האט פון דעם געהאט צו לעבן א גאנץ יאר.
ווי מ'זעהט אין מלכים א' פרק י"ב איז נאך שלמה המלך'ס פטירה פארגעקומען א רעוואלוציע. די אידן זענען געקומען פאר רחבעם און געבעטען ער זאל אראפלאזן פון די אומ'יושר'דיגע שטייערען וואס זיין פאטער שלמה האט ארויפגעלייגט אויף די אנדערע שבטים. ווען ער האט נישט געוואלט נאכלאזן, האבן זיך די צען שבטים פון ישראל אפגעטיילט פון די קעניגרייך יהודה און זיך געשאפען אן אוטאנאמישען קעניגרייך אונטער ירבעם בן נבט.
אגב, קומט זיך דא קרעדיט פאר א איד מיטן נאמען שמעיה גאטעסמאן זכרונו לברכה וואס האט אפגעהאלטן א ברודער קריג פון אויסברעכן ציווישן אידן. רחבעם האט שוין געהאט אנגעגרייט אן ארמיי פון הונדערט אכציג טויזענט אינגעלייט צו גיין מלחמה האלטן מיט ישראל ווען שמעיה האט אויסגערופען אז ער האט אליין געהערט פון גאט אז מ'זאל נישט גיין אין מלחמה ווייל אזוי איז באשערט ס'זאל זיין. מ'האט איהם אויסגעהערט און אהיימגעגאנגען. ער האט אויסגענוצט זיין השפעה אלס נביא צו פארמיידען נאך אומשולדיג בלוט, זי"ע.
ירובעם בן נבט האט געוואוסט די היפנאטיזירענדע כח פון רעליגיע צו ציען מענטשן, און אז אידן וועלן ארויפגיין קיין יהודה אויף סוכות וועט מען פון זיי ארויסשלעפן די געלט מיט רעליגיעזע תירוצים. איז כדי אפצוהאלטן דאס פאלק פון צוריקפאלן צום אלטען אומ'יושר'דיגען מצב, האט ער געבויעט אן אייגענעם טעמפל אין בית אל. ער האט געמאכט א חג בערך די זעלבע צייט וואס די יהודה'ן האבן געפייערט סוכות (א חודש שפעטער), ער האט זיך געשאפען אייגענע כהנים - נישט דווקה פון שבט לוי, ער האט אויך מקטיר געווען אויפן מזבח, און אויך געזאגט פארן פאלק אז דאס איז די גאט וואס האט ענק ארויסגעצויגען פון מצרים. בקיצור ער האט צוגעשטעלט רעליגיע פארן עולם.
די לעגענדע זאגט אז ירבעם האט געלייגט שומרים אויפן וועג קיין ירושלים צו קאנטראלירן די אומלעגאלע עקספארט פון פרוכט און העלצער. און אז שפעטערדיגע קעניגן פון ישראל האבן אוועקגענומען די שומרים. אזוי צו אזוי, די עולם האט שוין געהאט אויף וואס צו בלייבן אינדערהיים.
די אינסטאנצען אין יהודה, כדי צו ציען דאס פאלק צו קומען אויף סוכות קיין ירושלים, האבן געמוזט צושטעלען עפעס בעסערס. האבן זיי געדארפט מאכן קאנצערטען, צירקוסען, און אנדערע אטראקציעס געשמירט מיט גוזמאות, רוחניות, און נאסטאלגיע - ס'איז מיסטאם שיין געווען צו זיין סוכות אין ירושלים, ווילאנג מ'איז געשטאנען ווייט אוועק פון דארט א גאנץ יאר.