די ערשטע חסידישע בלאגס
ארכיוו פון קליינע חסידישע אידישע בלאגס, 2002–2015
זוך אין אלע ארכיוון

ס'ממש א שאד

דבר אחר · 20 אויגוסט 2004, 11:57 · אחר
פארוואס האט אברהם אבינו געדארפט צוברעכן אלע געטשקעס? פיין, ער האט נישט געגלייבט אין עס, סאו פאהר אוועק קיין כנען און לאז די כשדיים לעבן וויאזוי זיי ווילן. וואס איז איהם אנגעגאנגען אז די כשדיים ביקן זיך צו געטער? ער האט געוואוסט אז ס'וועט זיי באליידיגען און זייער אויפרעגן, אז זיי וועלן איהם וועלן הרג'ענען, גאט האט איהם נישט געהייסן ער זאל עס טוהן, וואס האט ער זיך געזוכט צרות? און זיי זענען געווען אזעלעכע שיינע שטיקער ארט. ס'איז אריינגעגאנגען אזויפיל ארבעט דערין. ס'האט אפגעקאסט זיין טאטע א הון רב. איך פארשטיי נישט פארוואס ער האט זיי געדארפט צוברעכן.

1 תגובות

Anonymous · 23 אויגוסט 2004, 21:14
א נארמאלע זאך? קוק נאר ווי שנעלל אבימלך האט צוריקגעשיקט רבקה'ן ווי נאר ער האט געזעהן יצחק מצחק'ן מיט איר אן דעם וואס ער זאל ווערן געסטראשעט מיט עונשים
→ פערציג יאהר אין מדבראחר קיצוץ בנטיעת ←