די ערשטע חסידישע בלאגס
ארכיוו פון קליינע חסידישע אידישע בלאגס, 2002–2015
זוך אין אלע ארכיוון

אחר קיצוץ בנטיעת

דבר אחר · 19 אויגוסט 2004, 06:54 · אחר
פיר תנאים האבן באזוכט אין הימל, זאגט די גמרא אין חגיגה (דף יד:). בן עזאי איז געשטארבן, בן זומה איז אראפ פון זינען, אחר איז אראפ פון וועג, רבי עקיבה איז אראפגעקומען בשלום.

די גמרא פארציילט אז ווען אחר איז ארויפגעקומען אין הימל האט ער געזעהן צוויי אירע זיצן. און אין זיין גמרא איז געשטאנען אז אויבן זיצט מען נישט. איז אדער איז זיין גמרא פאלש אדער איז דא צוויי געטער (וואס דעמאלטס איז אויך זיין גמרא פאלש). איז ער ארויס לתרבות רעה. ס'איז זייער שווער צו פארשטיין ווי אזוי א תנא וואס געווען אין הימל קען זינדיגן. אפילו ער האט א קשיא, אז ס'איז דא צוויי געטער דארף מען דאך מער מורא האבן.

מ'קען עס אפשר פארענטפערן אזוי: ס'איז דא אן איבעיא ביי מתנגדים, צו די תלמידי בעל שם וואס האבן געהאט עליות נשמה האבן געוואוסט אז זיי זענען פאלש אדער זיי האבן אליין אויך געמיינט אז זיי פליען אין הימל. און די זעלבע זאך איז מיט נביאים אין אלע דורות וואס האבן געזען חזיונות. די פיינע וועג עס צו פארענטפערן, איז אז זיי זענען געווען ארענטליכע מענטשן נאר זיי האבן געליטן פון האלוצינאציעס.

האלוצינאציעס קענען קומען פון פארשידענע קרענק אדער דורך דראגס. איינער וואס האלוצינירט קען הערן קולות וואס קיינער רעדט נישט אדער זעהן זאכן וואס עקסיסטירן נישט. די דראגס וואס זענען דאס גורם געפינען זיך נאטורליך אין געוויסע שוועמליך און פלאנצונגען. פארשידענע אלטע רעליגיעס האבן געהאלטן די שוועמליך זייער הייליג און עס גענוצט נאר פאר די הייליגסטע פון די הייליגסטע אויף צו באזוכען די אנדערע וועלט וואו גאט און די טויטע וואוינען.

אחר איז געווען א חכם עצום. רבי מאיר איז איהם נאכגעגאנגען ווען ער האט געריטן אויף א פערד אום שבת כדי צו קענען לערנען פון איהם. ווען אחר איז ארויפגעקומען אין הימל און געזען אז עפעס שטימט נישט דא, האט ער גלייך געכאפט וואס דא גייט פאר, אז ער איז קיינמאל אין הימל נישט געווען, און נישט זיין רבי עקיבה, און נישט די נביאים, און נישט משה רבינו, ס'איז אלעס געווען העלוצינאציעס, איז ער ארויסגעגאנגן האקן א לעבן.

די גמרא פארציילט נישט די דעטאלן וויאזוי זיי די תנאים זענען ארויף. רש"י זאגט אז די טעמע איז געווען פלאנצוגען, און תוס' זאגט אז זיי זענען נישט ממש ארויף נאר זיי האבן געמיינט אז זיי זענען ארויף. לויט אלע סימנים איז עס ווארשיינליך געווען דראגס. בן עזאי האט גענומען צו סאך און געשטארבן פון "אווערדאסידזש". בן זומה איז אדער געווארן "אדיקטעד" אדער "אפעקטעד". אחר האט געליטען פון בת-קולות פאר א שטיק צייט. רבי עקיבה האט געזאגט זיינע תלמידים אכטונג צו געבן נישט צו זאגן אויף גלאז אז ס'איז וואסער, א סימפטאם פון לייכטע האלוצינאציע.


5 תגובות

אחר · 19 אויגוסט 2004, 10:41
האסטו געדריקט “Publish Post” ?
אחר · 19 אויגוסט 2004, 10:57
ס'ארבעט יא. די האסט מן הסתם נאר געטרייט צו גיין דורך מיין לינק וואס איז נישט געגאנגען צו דיין היים זייטל נאר צו די ערשטע פאוסט. איך האב עס שוין פארראכטן פון מיין צד.
Anonymous · 19 אויגוסט 2004, 12:29
look at what the reshoinim say on yankov, where it says, vehie tzeloe al yoreichoi, after his war with the malech of eisuv. Some think, that it was a dream, then why did he walk like a drunk man? because he actually tought it hurts him...
Anonymous · 19 אויגוסט 2004, 13:48
קיק ווי צימישט די ביסט
ר' מאיר האט געזאגט וועגן די וואסער
קיק בעסער נאך
אחר · 19 אויגוסט 2004, 20:38
גערעכט ביסטו, דאס האב איך געמיינט מיטן אויסרעכענען אלע פיר.
וויאזוי האט נאר ר"מ געזאגט פאר אחר? רבך לא אמר כך!
איך האב הנאה אז די לערנסט פלייסיג.
→ ס'ממש א שאדאפיקורוס ←