די ערשטע חסידישע בלאגס
ארכיוו פון קליינע חסידישע אידישע בלאגס, 2002–2015
זוך אין אלע ארכיוון

קען א מאלפע באקומען שכל?

דבר אחר · 17 אויגוסט 2004, 05:22 · אחר
לאמיר נישט רעדן פון א שטאנדפונקט ווי עס פארלאנגט זיך ביאלאגישע וויסענשאפט, דאס האבן אונזערע מחנכים זיכער געמאכט אז אונז זאל מיר נישט האבן חלילה. לאמיר רעדן פשוט.

יעדער האלט אז קינדער ירש'ענען נאטורן פון די עלטערן. דאס זעהט זיך די מערסטע אן אין די אויסזעהן.

יעדער איז מודה אז קינדער קענען געבוירן ווערן מיט אייגענשאפטן וואס קיין איינע פון זיינע עלטערן האבן נישט געהאט. געווענליך איז עס גאר קליינע שינוים, געציילטע מאהל איז עס דראסטיש. ווען ס'איז דראסטיש, איז עס רוב מאל נישט גוט. אז מ'נעמט זיך מאכן שינוים אין א מענטש אן א חשבון - נעם אראפ א פוס, לייג צו א פוס - רוב מאל וועט עס נישט טויגן. אמאל אמאל קען פאסירן אז ס'זאל זיין א מעלה.

וואס געשענט ווען ביי א מאלפע ווערט געבוירן א קינד וואס איז אביסל קלוגער פון זיינע ברודער. ווען א צרה באפאלט זיין וואלד, געט ער זיך בעסער איין עצה, און ער איז פון די פאר איבערגעבליבענע. מיט זיין שכל ארבעט ער אויס וויאזוי צו באקומען די מערסטע נקבות, און זיין זרע ווערט זייער פארשפרייט. פון זיינע קינדער ירש'ענען טייל זיין גוטע קאפ און זיי זענען מצליח צו האבן די מערסטע לעבנסטעג, נקבות, און קינדער. די מעשה חזר'ט זיך איבער דור אחר דור. ווער ס'איז אביסל קלוגער איז מער ממשיך. נאך אסאך דורות זענען די מאלפעס פון דעיע וואלד אסאך קלוגער פון אנדערע מאלפעס.

אוודאי ווערט נישט געווענליך געבוירן א מענטש גראד פון מאלפעס, די שאלה איז וואס די שאנסן זענען ס'זאל געשען נאך אסאך דורות.

→ מעשה קוף בעלמא (פיקטיוו)דער גרינדער פון אונזער רעליגיע ←