די ערשטע חסידישע בלאגס
ארכיוו פון קליינע חסידישע אידישע בלאגס, 2002–2015
זוך אין אלע ארכיוון

מעשה קוף בעלמא (פיקטיוו)

דבר אחר · 17 אויגוסט 2004, 19:06 · אחר
און א וואלד און אפריקע האט געבליהט א קהילה פון אינטערעסאנטע מאלפעס. עטוואס גראדער אין שטאנד און מיט פארגרעסערטע מוחות. זיי האבן אנגעהויבן קלערן מער פארצווייגטע רעיונת, זיך געלערנט צונדען פייער און שארפען שפיזן, און ארומקוקען מיט זין אויף די וועלט ארום זיי. זיי האבן באמערקט אז זיי זענען קלוגער פון אנדערע מאלפעס. מיט זייער פרישן פארשטאנד האבן זיי גענישטערט "פארוואס?". זיי האבן שוין געוויסט אז עסן קען אפעקטירן א מאלפע - די זאפט פון טרויבן מאכט לעבעדיג און געוויסע פלאנצונגען מאכט טויט. איז אז אין איין וואלד זענען מאלפעס קלוגער, זיכער איז עס די ביימער פון דעיע וואלד וואס שענקען דעת.

זיי האבן אנגעהויבן זאמלען וויסענשאפט און פילאזאפירן. וויבאלד 100% פון די וואס האבן גע'ענטפערט אויף זייער אנקעטע האבן מודה געווען אז זיי האבן געפילן און אלעס וואס זיי טוען איז כדי צוציקומען צו זעטן א געפיל. פון דעם האבן זיי געמאכט א כלל אז אלעס וואס עקזיסטירט האט געפילן און טוט זאכן נאר פאר א סיבה. דער פייער גלוסט צום הימל, די שטויב גלוסט צום ערד, א.א.וו. קומט אויס אז אלעס וואס געשענט איז פאר א סיבה - ערגעץ ווי האט איינער געגלוסט ס'זאל פאסירן. פרעגט זיך די קשיא "ווער האט געגלוסט אז זיי זאלן באשאפן ווערן?". זענען זיי אויפגעקומען מיט פארשידענע טעאריעס וויאזוי ס'איז פארגעקומען.

די אלע טעאריעס האבן זיי דערציילט זייערע קינדער. די קינדער האבן עס פארברייטערט, אויסגעבעסערט, און אראפגעשיקט ווייטער. יעדע דור האט צוגעלייגט פאקטן. דרשנים אויף בר-מצוות האבן אויפגעטראפן גענוי וואס די פרויען און יענע וואלד האבן אינזין געהאט בשעת'ן עסן און עס זייער שיין אריינגעטייטשט. ווי לענגער דער דורש איז געווען טויט אלס מער קראנטער איז געווארן זיין דרוש.

מיט די צייט האבן זיי זיך אנגעהויבן אוועקצוציען פון אפריקע, קודם צו מזרח זייט אויף צו בויען דעם "פרייהייט טורם". דערנאך האבן זיי זיך אויסגעשפרייט אויף די גאנצע וועלט. זיי האבן געהאלטן און איין שטייגן אין טעכנאלאגיע ביז זיי האבן געגרינדעט א ישוב אויפ'ן מאדים.

3 תגובות

Anonymous · 18 אויגוסט 2004, 17:49
Hi,
your piece on Avrohom is gevaldig, but we have to ask ourselves are we ready to go all the way or just hide under the anonymity of the web? Now don't get me wrong I'm not trying to preach total openness, on the contrary, I would like to advise you to keep your real identity very very hidden, as your agenda is very controversial (putting it mildly). Yet there still is this unsettling question namely "do you have a value system to replace the one your tearing down?" or even a social system, for that matter. There actually were many serious philosophers who didn't advocate change in their social system although they saw its very many deficiencies, due to their fear of the anarchy that follows when losing a social/value system.
On the other hand, we shan’t allow a rotten system to continue forever, shall we? so as the saying goes “ of de andere hant hut ir a shpitz”

Your point about the fire craving upwards due to equating it with human action etc. is questionable; remember that many eminent philosophers accepted this theory. It’s more likely that they saw fire going upward and they saw the sun up there in the sky so it started them thinking maybe the fire is pulling to its source, then when they saw dust settling downward towards this big glob of earth they almost had proof to their hypothesis that everything pulls to its source. Now with them seeing air sort of floating around staying somewhere in proximity to its source i.e. to the air all around, well that sort of clinched it.

Your point about Etz Hadaas is cute. I would like to refer you to a similar idea expounded in the book “The Return of Sodom and Gomorrah” (an atheist with no religious ax to grind) the points made there are as follows;
1 A very large supply of nutrients in the embryonic stage is needed to allow the brain to develop
2 the size of the brain is very strongly related to its mental capacity monkeys have much smaller brain size than us humans
3 the pain and hardship of giving birth is mostly due to the large head of the baby pushing through a narrow passage.
It follows that
Food is a strong factor in us having our mental capacity [think Etz Hadaas]
Our mental capacity is the main factor for painful childbirth [think Betzev Teldy Bonim because the Etz Hadaas was eaten]

Again, your stuff is awesome keep it up, Thanks
Anonymous · 18 אויגוסט 2004, 17:55
שרייבטס אזעכע לאנגע מגילות נאכדערצי אין עענגעליש
שרייב אויך \ היימיש ממאמע לשוין
שכויח
אחר · 23 אויגוסט 2004, 05:23
צו איינער(א),

איך מיין נישט אז מיין בלאג וועט גורם זיין אז אויפאיינמאל וועלן זיך אלע בתי מדרשים צומאכן און יעדער וועט ארויסלויפן לתרבית. אפילו טאמער ס'וועט יא געשען עפעס א שינו וועט עס געשען זייער שטייט און צוביסלעך, גענוג שטייט אז מ'זאל קענען פאררעכטען אויב מ'זעהט אז ס'טויג נישט, און די אמת איז אז ס'האלט זיך אין איין טוישן סייווי.

וואס כ'האב געמיינט מיט די פייער, אמאליגע פיליזאפן האבן אלעס מסביר געווען מיט געפיהלן, די פייער "וויל" צוריקגיין צום הימל. אויב אלעס וואס עקזיסטירט טוט זאכן ווייל זיי ווילן, מיז אלעס געשען פאר א סיבה, פארוואס האט איינער געוואלט. אויב ס'פארהאן קלעצער אן א שום רצון קען געשען זאכן סתם אין די וועלט אריין אן א סיבה. דעם געדאנק אז אלעס האט א רצון קומט מן הסתם פון זעהן אין זיך אז מ'טיט זאכן נאר ווייל מ'וויל. איך האב נישט גוט ארויסגעברענגט יענע פאראגראף. די פיליזאפיע קומט נישט דארט אריין.

עניוועי, ס'איז אלס גוט צו הערן פרישע סחורה פון אנדערע. קענסט נוצן די קאמענטארן ווי דיין אייגן בלאג.

א דאנק פאר די חיזוק.

__________

צו איינער(ב),
נישט יעדער האט א אידישע קאמפיוטער. איך האב ארויפגעלייגט א נייע לינק צו א ווירטואלע אידישע קיבאורד וואס דארף ערמעגליכען פאר נישט אידישע קאמפיוטערס צו שרייבן אידיש.
→ אפיקורוסקען א מאלפע באקומען שכל? ←