דער גרינדער פון אונזער רעליגיע
אברם איז אויפגעוואקסן אין א פרומע שטוב. פון קינדוואז אן האט מען אים אויסגעלערנט אז מען טאר נישט פרעגן קשיות. די עבודה זרה האט אויגן אבער ס'קען נישט זעהן – ס'איז העכערע זאכן. ווער האט עס באשאפן? – ס'איז אייביג געווען. מ'דאווענט צו עס און ס'העלפט נישט אייביג – נישט אלעס קען מען פארשטיין. דריי מאהל א טאג האט ער געדארפט פיטערען די געצער. זיין רבי האט איהם מסבר געווען אז אויב וועט ער נישט דינען די געטער וועלן זיי איהם שטראפן.
אברם האט זיך אבער נישט געלאזט איינרעדן. ער האט איינגעזעהן אז זיין טאטע'ס רעליגיע איז פאלטש. קיין בלאגס איז נאך יענע צייטן נישט געווען, און אברם האט אנגעהויבן רעדן צו זיין טאטן'ס קאסטומערס. אזוי ארום איז ער געוואהר געווארן אז ער איז נישט די איינצוגסטער. איין טאג ווען ער איז געווען אליין אונדערהיים, האט ער צובראכן אלע געטשקעס.
תרח איז אהיימגעקומען און געטראפן א חורבן. ער האט זיך גערוסען קריעה ווי דער דין איז ווען מ'זעהט גאט אזוי פארשוועכט. ער האט פרובירט אויסצופארשן אברם'ן, אבער אברם האט כיטריש ארויסבאקומען פון תרח אז ער אליין ווייסט אויך אז די געטער קענען גארנישט טוהן. תרח האט גענומען אברם צום רב. אברם האט נישט געהאט קיין דרך ארץ פאר'ן רב און איהם אויפגעוויזן זיין היפאקראטיע.
אור כשדים איז געווען אן ערליכע שטאט, אן עיר ועם בכשדיים, די ירושלים פון מיטל מזרח, א פעסטונג פון אמונה, הערמאטיש פארשלאסן אקעגן די געמיינע השקפות וואס האבן געבוזשעוועט אויף די בייזע ווינטן וואס האבן געבלאזן פון מצרים. אויסגעשטאטעט מיט עסקנים און קנאים צו שטיין על המשמר אויף יעדע פירצה וואס זוכט אריינצודרינגען און היימישע שטובער חלילה.
זעלבסטפארשטענדליך אז אויף די לווי' פון די שטיקלעך איז די גאנצע שטאט ארויסגעקומען. נמרוד האט מספיד געווען מיט בכיות. וואו ער האט דערמאנט אז איצט פארשטייט מען שוין פארוואס די אלע צרות קומען – פארפלייצונגען, הונגער, מחלות... אז עס דרייט זוך ארום א מסית ומדיח שוין א שטיק צייט, פארדארבט אנדערע, און מען האט גארנישט געטוהן. ביז ס'איז צוגעקומען צו אזא מצב, אז אינעם פלטרין של מלך, אויף אזא הייליג פלאץ, זאל אונזער הייליגסטע ארטיקל אזוי פארשענדעט ווערן. נאכדערצו דורך א היימישען יונגערמאן...
ס'האט געהערשט א געוואלדיגע התעוררת. יעדער האט זיך פארגענומען צו פארבעסערן אין די ענינים וואס מ'איז שוואך, און אלע האבן זיך צוזאמגענומען אז מ'דארף זעהן דעם אברם צו רודפ'ן און אויסראטן. טייל זאגן אז מ'האט איהם אפילו געוואלט פארברענען. בקיצור ער האט נישט געלעקט קיין טשאקאלאד. זיין משפחה האט זיך געמוזט אוועקצוען פאר בושות.
אברם האט זיך געטוישט זיין נאמען, און אוועק געפארן אין א פרעמד לאנד. ער האט נישט געקענט די שפראך, ער האט נישט געקענט די מענטשן, ער האט אבער געקענט לעבן וויאזוי ער האט געוואלט, און גלייבן וואס זיינע פארשונגען האבן פעסטגעשטעלט.
דאס איז געווען אונזער פאטער אברהם ע"ה. מיר קענען נאר שטרעבן ציצוקומען צו די פוס פון זיינע קעמלען. כאטש מיר האבן נישט די גאטס ארויסצוקומען אפן אקעגן די רעליגיע פונעם קהילה, דאך אונטערן שלייער פונעם וואונדעליכען נעץ וועלן מיר פרובירן אנצוגיין מיט זיין עבודה און זיך נישט אליין פאפן ווייל איעדער פאפט זיך.
_____
מקורות: דער מדרש דערציילט פאר יוגנט, צאינה וראינה.

10 תגובות
ס'איז באזירט אויף צוויי מקורות. דער ערשטער איז א בוך מיטן נאמען "דער מדרש דערציילט פאר יוגנט", 1989, בני יעקב פובלישינג. צאינה וראינה האט מען געמאכט פאר פרויען, אבער, ווי מ'זעהט, קען עס זיין אינטרעסאנט פאר מענער אויך. ווי די תורה וואס מען האט געמאכט פאר מענער קען זיין אינטרעסאנט פאר פרויען אויך.
איך וואונטש דיר פיל הצלחה פאר דעם אונטערנעמונג
א קליינער שאלה פארוואס האטסו אויסגעפיקט דווקא דעם נאמען חוה שטיין?
פרעגסט א גוטע שאלה. ס'איז שווער צו ענטפערן אן ארויסגעבן פערזענליכע אינפארמאציע.
וועמענ'ס ביסטו?
וועמענ'ס ביסטו?
סאיז נישט מוכרך ס'איז געשריבן געווארן אום שב"ק. קודם כל איז עס די גוי'אישע דאטום וואס האלט שבת ביז חצות. נאכדעם כל מיז נישט זיין די דאטום ריכטיג. אזוי ווי די חרד'ישע צייטונגען וואס ווילן יעדעם איינרעדן אז זיי זענען געשריבן געווארן אום פרייטיג.
__________
To jakethelad,
Glad you visited. This site happens to be in Yiddish, which uses the Hebrew alpha bet. If you are interested in learning Yiddish, here are a few links that might help;
http://www.rlrouse.com/learn-yiddish.html
http://www.yiddishstore.com/comidguidtol.html
http://yiddish.haifa.ac.il/
I see you managed to understand enough to know how to post a comment. I’m looking forward to seeing you again when you understand a bit more.
מיסד דתנו
אחר
אברם גדל בבית (ירא וחרד). מילדותו לימדו אותו שאסור לשאול שאלות (להקשות קושיות). לעבודה זרה עיניים אך אינה יכולה לראות! – דברים נשגבים. מי ברא אותה? – היא תמיד היתה. מתפללים אליה וזה לא תמיד עוזר? – לא ניתן להבין את הכל. שלוש פעמים ביום היה על אברם להאכיל את האלים. רבו הסביר לו שאם לא יעבוד את האלים, הם יענישו אותו.
אברם, אבל, לא נתן שישקרו אותו. הוא השכיל לדעת שדתו של אביו שקרית. בזמנים ההם עדיין לא היו בלוגים, החל אברם לשוחח עם לקוחותיו של אביו. כך במשך הזמן למד שהוא לא היחיד בהשקפותיו. יום אחד כאשר היה לבד בבית, ניפץ את כל האלילים.
תרח הגיע הביתה ומצא חורבן. קרע קריעה כדין המוצא כזה חילול האל. הוא ניסה לחקור את אברם, אבל אברם הוציא בתחכום הודאה מתרח שגם הוא אינו יודע איך שהאלים יכולים לעשות מאומה. תרח לקח את אברם לרב. לאברם לא היה "דרך ארץ" בפני הרב והוכיח לו את הפכפכיותו.
אור כשדים היתה עיר של יראים, עיר ועם בכשדיים, ירושלים של המזרח התיכון, מבצר של אמונה, מסוגרת בצורה הרמטית מפני ההשקפות הנילוזות המרחפות על הרוחות הרעות המגיעות מ(תרבות) מצרים. העיר היתה מחומשת בעסקנים ובקנאים העומדים על המשמר מול כל פירצה המתנכלת לחדור חלילה וחס לכל בית "משלנו".
מובן מאליו שלהלויה של שברי האלילים, יצאה כל העיר. נמרוד הספיד בבכיות. הוא הזכיר שכעת מבינים למה באות כל הצרות – שטפונות, רעב, מחלות... כי כבר זמן מה מסתובב כאן מסית ומדיח שמשחית אחרים ולא עשו דבר. עד כדי כך שהגיע מצב שבתוך הפלטרין של מלך, במקום כזה קדוש, יתבזה בצורה כה גרועה הדבר המקודש לנו ביותר. ומה עוד על ידי אברך משלנו...
שררה אוירה של התעוררות עצומה. כל אחד קיבל על עצמו לתקן אצלו את הדברים הדרושים תיקון, וכולם נאספו והסכימו יחד שאת אברם צריך לרדוף ולבער מתוכם. ישנם כאלה האומרים שרצו אפילו לשרוף אותו. בקיצור, אברם לא ליקק שוקולד. משפחתו היתה צריכה להגר משם מרוב בושות.
אברם החליף את שמו ונסע לארץ זרה. לא ידע את השפה ולא הכיר את בני האדם, אך יכל לחיות כפי אוות רצונו, ולהאמין במסקנות שהגיע אליהן כתוצאה ממחקריו.
זה היה אבינו אברהם ע"ה. אנחנו רק יכולים לשאוף להגיע לקרסולי גמליו. למרות שאין לנו את האומץ לצאת נגד הדת של הקהילה, בכל זאת תחת המחסה הנפלא של הרשת ננסה להתמודד עם העבודה זרה שלה ולא נשקר את עצמנו כפי אשר כולם משקרים את עצמם.
___________
מקורות: מדרש לנוער, צאינה וראינה
I really like this piece. Your language-style is eloquent and yet humoristic.
You have the capacity to become something big, and I wish you success. Also, the style, layout, digitized fonts, and overall appearance are really beautiful, eye-catching, and very contemporary/modern.
I now wonder why other bloggers won’t switch to Blogger. It seems that Blogger offers much more options and more room for personal style and design. The speed is also much faster.
Regards,
Sapter
The founder of our religion
Abraham was born and grew up in a very religiously observant home and environment. Since childhood, he was taught that it is forbidden to ask questions. "The idols have eyes but cannot see?!" he wondered. The reply came: "This is a higher spiritual phenomenon!". "Who created the idols?" - "They always existed!". "One prays to the idols, but it doesn't always help?" - "One cannot understand everything!".
Abraham had to feed the idols trice daily. His Teacher explained to him that if he will not serve the idols, they will punish him. Abraham, however, did not let himself be fooled. He realized that his father's religion was fake. At that time, internet discussion forums did not exist yet, so he discussed issues that were important to him, with his fathers' customers. After a while he came to the conclusion that he was not alone with his skeptical ideas.
One day while he was alone at home, he destroyed his fathers' idols. Terach, his father, came home and was totally shocked by what he saw. He immediately tore his garment [kriya] as the law prescribes for whomever witnesses such desecration of the gods. He tried to interrogate Abraham about the circumstances that caused the terrible occurrence, but Abraham cleverly got his father to admit that even he doesn't really know how the idols are capable of doing anything. Terach took Abraham to the Rabbi, but Abraham had no special respect for the Rabbi and he admonished the Rabbi for his hypocrisy.
Ur Kasdim was a city of strictly religious people. A metropolis of Kesed, the Jerusalem of the Middle East. The city was a fortress of faith, hermetically sealed from the heretical notions that hovered above the winds that were blowing from the Egyptian culture. The city was supervised and guarded by zealots and caretakers who watched that no home of ours ["mishelanu"] should be infiltrated by the influence of negative vistas.
Obviously, the whole city participated at the funeral for the pieces of the broken idols. Nimrod cried very much in his eulogy. He claimed that now can one understand why do so many troubles like; hunger, sickness and floods afflict the city. This is no wonder if for a long period of time already an inciter [maysis umadiach] influences the people and spoils them while nothing is done to stop him. The situation is so bad, said Nimrod, that it reached the point that in such a holy place, "the King's palace" [paltrin shel melech], as the ultra religious city of Ur Kasdim was called, our holiest has been so lowly desecrated. Especially that this was done by one from among our own [avrech mishelanu].
That tragedy created an atmosphere of great awakening. Everybody took upon himself to mend his ways and improve whatever has to be improved particularly in the area of serving the gods. The people assembled and decided that Abraham should be persecuted and thrown out. Some say that they even wanted to burn him. Abraham did not "lick any chocolate". His family had to emigrate towards Canaan out of utter shame.
Abraham changed his name and traveled to a foreign country. He had no knowledge of neither the people nor the language, but he could live as he wished and believe in the conclusions that he reached through his reflections.
This was Abraham our forefather. We can only strive to reach the talons of his camels. Despite that we do not have the courage to go out against the religion of the community, we can nevertheless fight its' kind of idolatry under the wonderful protection of the net's virtuality without having to lie to ourselves like the rest of the community.