די ערשטע חסידישע בלאגס
ארכיוו פון קליינע חסידישע אידישע בלאגס, 2002–2015
זוך אין אלע ארכיוון

דעמאקראטיע אין פראנקרייך

דבר אחר · 30 אויגוסט 2004, 14:20 · אחר
צום נייעם שול יאהר אין פראנקרייך גייט אריין אין קראפט דעם געזעץ אז קינדער טארן נישט קומען אין שטאטישע שולעס אנגעטוהן מיט רעליגעזע משוגעת'ען. דאס צייגט ווי פראנקרייך איז א שטאפל מער פארגעשריטן ווי אמעריקע.

דאס קינד אין פראנקרייך וויל נישט גיין אין שול מיט א שמאטע אויפן קאפ, אירע עלטערען פארלאנגען עס. אירע עלטערען ווילן נישט זי זאל דארפען גיין און שול מיט א שמאטע אויפן קאפ, די קהילה פארלאנגט עס. אין די קהילה איז דא זייער אסאך מענטשען וואס ווילן נהנה זיין פון די דעמאקראטיע אבער זיי מיזן לעבן אין א פחד ווייל זיי זענען געבוירן געווארן צו מוסלומענער. דא קומט די מלכות של חסד און מאכט דאס א געזעץ - יא, זיי ניצן דיקטאטורישאפט צו פארזיכערען דעמאקראטיע, אז נישט וועלן די אנדערע ניצן דעמאקראטיע צו פארזיכערען דיקטאטורישאפט.

די דעמאקראטיע אין אמעריקע ערלויבט דאס בליען פון דיקטאטורישאפטן מיט אין די דעמאקראטיע. מען ערלויבט מענטשען צו עפענען אייגענע שולעס אין אריינבאקן דארט אין די קינדער שטותים והבלים שקרים וכזבים אז זיי זאלן אויפוואקסן מיט א פחד אן א מפחד און זיי זאלן טוהן אלעס וואס מ'הייסט זיי. עס איז נישט לעגאל פאר א דאקטער זיך אויסצו'דמיונ'ען זיינע אייגענע רפואות און זיך נעמען פראקטיצירן, אבער ס'לעגאל צו פאנטאזירן ווי אזוי די וועלט ארבעט און דאס איינרעדען קינדער פאר צוואנציג יאהר און אזוי אפעקטען זייער גאנצע לעבן. דאס האט מען אפילו אין אונגארען פאר זיבעציג יאהר צוריק פארשטאנען און אויף סעקולארע ידיעות האט מען געמוזט גיין און שטאטישע שולעס.

בוש וועט גיין מיט אן ארמיי צו די אנדערע עק וועלט צווינגען מענטשן צו דעמאקראטיע. אין אפגאניסטאן איז יעצט אימלעגאל פאר א פרוי צו גיין מיט אויפגעדעקטע האר. די אפיציעלע רעליגיע דארט איז איסלאם. ביי זיך אין לאנד וועט ער פרובירן איבער צושרייבן דעם קאנסטיטוציע צו זיין מער קאטויליש. אונז האמיר א פרעזידענט וואס איז אדער היבש צומישט, אדער צומישט ער דאס פאלק פאר זיינע אייגענע אינטערעסן.

די פראנצויזן זענען אביסל מאר באזעצן, זיי ווייסן וואס זיי ווילן, זיי ווייסן וואס מיינט דעמאקראטיע, און זיי ווייסן אז אפילו ס'קען זיי קאסטן דאס לעבן פון צוויי געפאנגענע דזשורנאליסטן, וועט אבער קאסטן אסאך מער אויב רעליגיעזע פונדימענטעליזם נעמט איבער דאס וועלט.

5 תגובות

Anonymous · 31 אויגוסט 2004, 07:41
The comparison you draw between our community and the fanatic Muslims is, in my ‎opinion, a bit overblown, but it nonetheless serves as a good portrayal for your REAL ‎point.‎

Regards,‎
Sapter ‎
Anonymous · 1 סעפטעמבער 2004, 15:43
hey apikorsem look it out!!! satmer.blogspot.com
Anonymous · 1 סעפטעמבער 2004, 17:04
‎____________‎

Sapter says…‎

The first post was so great why has it disappeared?‎

Also, is it possible to add an ‘align left/right’ choice in the comments area, so that both ‎Hebrew AND English texts be properly displayed?‎
אחר · 1 סעפטעמבער 2004, 17:34
א דאנק.
די היים זייטל איז געווארן איבערגעפולט אין די עלטערע פאסטס זענען אריין אין די ארכיוון.

אלעס איז מעגליך, די שאלה איז ווי שווער ס'איז. וואס האסטו קעגן אידיש?
Anonymous · 1 סעפטעמבער 2004, 18:28
‎___‎

Sapter says…‎

כ'האב גארנישט קעגן יידיש. אט שרייב איך אויפן ווירטואלן שליסל-ברעט(קיבארד בלעז), און גלייבט מיר דער גלות רוקט זיך שנעלער ווי די אותיות.
→ אונס רחמנא פטריהתיקו (סיי. פי.) ←