די ערשטע חסידישע בלאגס
ארכיוו פון קליינע חסידישע אידישע בלאגס, 2002–2015
זוך אין אלע ארכיוון

אונס רחמנא פטריה

דבר אחר · 2 סעפטעמבער 2004, 09:44 · אחר
פארהאן דריי מדרגות אין חטאים:

די אידן וואס ווייסן אז בשעת זיי זינדיגען שטייט גאט איבער זיי און זעהט אלעס און דאך זינדיגען זיי, זיי זענען מזידים, פון די וואס באקומען דעם ערגסטען שטראף - אקעי, מ'האט א יצר הרע, אבער ווי איך האב געהערט העלפט נישט דעם תירוץ ביים רויטן מלאך.

אז איינער איז א שוגג קומט איהם נישט א גרויסן עונש, ער האט עס דאך נישט געמיינט צו טוהן, אבער עפעס איין עונש געט איהם די תורה, ווייל סוף כל סוף קען מען עס אנלייגן אויף זיין פארנאכלעסיגקייט. ס'עט אלס זיין דער וואס וועט דרייען ביי זיין קליין בערדל מיט איין האנט און מסביר זיין מיט די אנדערע האנט פארוואס ביי איהם וואלט עס נישט פאסירט. ער האט געזאלט קוקען וואו ער גייט.

אן אונס קומט בכלל נישט קיין עונש, ס'איז נישט אינטער זיין קאנטראל, ס'איז כאילו ער האט עס נישט געטוהן. ווען דער קליין-באבערדעלטער איז אין זיין פלאץ וואלט פאסירט די זעלבע זאך.

אילמלי ס'עט פאסירן דאס אוממעגליכע און גאט וועט מיר שטעלן צו משפט וועל איך ארויסגיין זכאי - איך האב נישט געגלייבט אז ס'איז טאקע דא א גאט און מען קען מיר נישט באשולדיגען פארוואס איך האב געזינדיגט. איך קען נישט טוישן וואס איך גלייב און מען קען מיר נישט באשולדיגען פארוואס איך האב נישט געגלייבט.

נמצא אז איך בין א פולשטענדיגער אונס, און מ'עט מיר בכלל נישט שטראפען. ווען איך גלייב אין גאט וואלט איך געזאגט אז ער האט מיר געמאכט אן אפיקורוס ווייל ער האט מיך ליב, ער וויל איך זאל האבן ביידע וועלטען.

4 תגובות

Anonymous · 2 סעפטעמבער 2004, 11:35
Reading through this post, I couldn’t help but notice how big of a struggle you have with ‎your guilty conscious feelings. This does not come to me as a surprise, for I believe that ‎one brought up in an ultra-religious environment can never free his mind from such ‎feelings. The ever-lasting agony of guilt continuously haunts the religious-turned-skeptic, ‎always creeping into his mind at the most unwanted moments.‎

I am not blaming or criticizing you for your skepticism. I know how painful it is to live a life ‎of constant doubt. Our sages were right when they said that: ‘there is no greater ‎happiness then the resolve of a doubt’. Unfortunately, the doubt of whether or not god ‎exists can never be resolved. I therefore have no way of helping you but to offer you my ‎greatest sympathies.‎

Regards,‎
Sapter
Anonymous · 2 סעפטעמבער 2004, 13:00
גיי ליין וואס בן עמי האט געשריבען אין ענפער אים
אחר · 2 סעפטעמבער 2004, 14:50
טאמער בין איך אינטערעסירט צו איבערצייגן אנדערע אין מיין גלויבן, דארף איך גיין פארענטפערן יעדער וואס פרעגט אויף עס.
אזוי, שרייב איך ביי מיר אין בלאג וואס ס'קומט מיר אויפן געדאנק, און אז איינער האלט אז ער האט א גוטע קשיא דערויף איז מיר אויך גוט.
Anonymous · 2 סעפטעמבער 2004, 16:13
r' apikres what do you say do that new satmera rebuplican blog.
satmer.blogspot.com
→ כותל המערבידעמאקראטיע אין פראנקרייך ←