תיקו (סיי. פי.)
סעפטעמבער 29 2239 למספרם:
אין די לעצטע פאר חדשים רודערט זיך ביים היימישען עולם. יעדער איז פארנומען מיט תשובה, מ'בעט זיך איבער, אפילו רבנים האבן שלום געמאכט, יעדער זוכט מצוות. ס'האט זיך גע'עפנ'ט צענדליגע מצוה גמח'ען - פאר ווער ס'האט ליידער ווייניג. אז מ'וויל אריינכאפן נאך אן אמן לויפט מען צום אמן גמח און א וואלונטיר וועט מאכן א ברכה און עפעס איבערבייסן. די צדקה גמח ארבעט אויף א סיסטעם - עשירים גייען אהין און זיי געבן זייער גאנצע פארמעגן פאר די ארימעלייט וואס זיצן דארט, זיי ווערן אליין ארימעלייט און זעצן זיך אויך אראפ, די ארימעלייט וואס זענען יעצט רייך געווארן שטעלן זיך צוריק אויף און פארטיילען זייער גאנצע פארמעגן אויף צדקה, אזוי לויפט עס פיר און צוואנציג שעה זעקס טעג א וואך. אידן פארן ארום א גאנצע טאג זוכן אויב איינער ווארט נישט ערגעץ אויף א היטש, אנדערע שטעלן זיך סתם ארויס היטשן - וואס הייסט? מזכה זיין א איד מיט א מצווה! ווען מ'קען זאגט מען תהלים פון אינעווענדיג, אויסענווענדיג האלט מען אין איין זאגן משנה'ס וואס מ'האט זיך איינגע'חזר'ט, נישט חלילה קיין פסוקים - ווער זוכט זיך עבירות אין אזא צייט? יעדער רישט זיך פארן גרויסען טאג.
ס'געווען אפילו א באריכט אין די גוי'אישע נייעס איבער די אידישע וויי. סיקס. קעי. די אידישע שקצים, די וואס גלייבן אין גאט און האבן דאך אפגעטוהן די ערגסטע עבירות, האבן זיך אויסגעגראבן נוקלעארע בונקערס - משיח וועט זיכער נישט ניצן קיין אטאמישע וואפן, כל שכן ערגערס. דרשנים האבן אין דעם אריינגעטייטשט וירדו חיים שאולה.
אז ס'געקומען ר"ח אלול, זענען אפילו די אשכנזים אויפגעשטאנען צו סליחות, יעדן טאג, באשמורת הבוקר. די וואך פאר ראש השנה האבן די כפרה צענטערן אויפגע'עפנט. זיי האבן רעקלאמירט: "נעקסטע וואך וועט שוין זיין נאכן יום הדין, ווען ווילט איר טראנספערען אייערע עבירות? נאכדעם וואס מ'האט אייך שוין דן געווען אויף לעולם ועד? לאזט אונזערע הינדלעך האלטן אייער עבירות אין יענעם טאג!". איבער דעם השגה זענען אסאך אידן געגאנגען תשליך אויך.
ערב ראש השנה האט מען אכטונג געגבן צו זאגן קלאר יעדעס ווארט ביי התרת נדרים אפילו מ'האט זיך אביסל געשעמט מיט די עברי - וואס פאר א פארגלייך איז דאס צו די בושה פון א זילבערנע חופה לעולם ועד? אויף נאכמיטאג איז יעדער געווען אויפגעלייגט - און ארץ ישראל איז שוין נאכט, משיח איז שוין אוודאי דארט. מ'האט געלאזט א מעסעדש ביי די מומע רבקה אז די פרידמאן זיידע וואס איז געליגען פאר פיר און דרייסיג יאהר אין הר המנוחות און זיכער שטייט ער איין ביי רבקה זאל קענען הערן לשנה טובה פון די אייניקלעך. יעדע ערליכע איד האט זיך איינגעהאלטן פון ארויפצוגיין אויפן טריפה'נעם אינטערנט און א קוק טוהן אויפן כותל המערבי וועבקעם, תמים תהי' אם ד' אלוקיך.
א שעה פארן זמן איז שוין יעדער געווען און שול בבגדי שבת מיט די מחזורים. ס'געווען שטיל, יעדער האט געקוקט פאר זיך אין מחזור, דער אין די תורות אין דער אין די משלים. ווען די רב איז אריינגעקומען און צוגעגאנגען צו די לעצטע מנחה, האט מען זיך געשטעלט דאווענען מיט אזא התלהבות, אז זייט ר' חייא און זיינע קינדער איז נאך א דאווענען נישט ארויף אזוי הויך.
נאך מנחה, ס'געבליבן נאך געציילטע מינוטען צום יאהר, און מען האט גענומען זאגן אחות קטנה. א איד וואס האט דעמאלטס געזאגט די ווערטער חזקו וגילו כי שוד גמר, לצור הוחילו בריתו שמר לכם, ותעלו לציון... און געקוקט אין טייטש צו מאכן זיכער, האט געזעהן ווי פאסיג די ווערטער זענען צום מינוט. ער האט געגלוסט צו ווייזן זיין שכן, אבער זיין שכן האט אויסגעקוקט צו ערענסט פאר ווערטלען. ווען ער האט געהערט איינעם עטליכע שורות הונטער איהם העכערען דעם טאן ביי ותעלו לציון! האט ער פארשטאנען אז יענער האט אויך געכאפט. און ווען ער האט געהערט א צווייטן פון די אנדערע זייט שול נאך העכער זאגן ותעלו לציון! האט ער פארשטאנען אז יעדער האט געכאפט. און כאטש ער האט עס שוין געהאט געזאגט איינמאל שטיל, האט ער נאכאמאל הויך אויסגערופן ותעלו לציון! דערנאך האט די גאנצע עולם אויף איינמאל אויסגעשריגן תחל שנה וברכותיה!
די עולם איז געזעצן און געקוקט פון מחזור צום זייגער און צוריק, פון צייט צו צייט האט מען געווארפן א בליק צום שכן אויפן וועג צום מחזור. די מינוטן ריקן זיך. אין וויזשניץ איז שוין די וועלט זעקס טויזענט יאר אלט, משיח איז זיכער געגאנגען צו זיי ערשט. נערנים וואס אונז זעמער געווען צו נעמען א שפעטערע זמן. ס'איז שוין געקומען די זמן לויט ר"ת אויך, אפשר ווארט משיח אויף זעקס און ניינצוג? די רב זאגט אז קודם זאל מען זיך שטעלן דאווענען מעריב, ס'עט נישט שאטן נאך א מצווה. די עולם האט געדאווענט מעריב מיט געמישטע געפילן. אידן וואס האבן שוין נישט ארויסגעקוקט פון שמו"ע פאר חדשים האבן געבליקט צום זייגער. מ'האט גע'ענדיגט דאווענען איז די רב ארויף צום בימה. "אין בן דוד בא", האט ער אנגעהויבן, "לא בערבי שבתות ולא בערבי ימים טובים, ער וויל נישט צושטערן אונזער יו"ט, ער וועט אוודאי קומען מארגן, דאס האט דאך אוודאי געמיינט די פסוק והי' ביום ההוא יתקע בשופר גדול, ער וויל אונז זאל מיר מענג זיין דעם טאג ווי ס'דארף צו זיין און עסן די סעודה בשלוה, שובו לכם לאהליכם ואכלו בשמחה לחמיכם, האטס מיר אלע א גוטן יום טוב און א גוט געבענטשט יאהר". "גוט יאנטעוו!" "גוט יאנטעוו!" האט אויסגעהילכט און בית מדרש און יעדער האט זיך גענומען בשמחה צו די לשנה טובה'ס.
אהיימגעקומען, האט מען געלעקט האניג און געשמועסט מיט די פאמיליע, דאס איז א טאג פון פלעזשור געגעבן געווארן צו אונז דורכ'ן מלך המשיח. מ'האט פארצויגען ביז שפעט מיט תענוגים ווי משיח וויל. אויפן נעקסטן טאג איז מען געקומען אין שול ווי א געווענליכע ר"ה. א גאנצע טאג האט געקיצלט אין די געדערים, עני מינוט קען ער אריינוואקן. ביי תקועת שופר האבן מענטשן ארויסגעקוקט פון פענסטער - אפשר ווארט משיח אויף דעם סענטימענטאלע מינוט אריינצוקומען ביים תקיעה גדולה - מ'האט געזען א ליבליך פאר-פאלק און זיך שנעל צוריקגעדרייט. נאכן דאווענען, מ'האט שוין געמעגט רעדן, אבער קיינער האט נישט געהאט וואס צו זאגן, מ'איז אהיימגעגאנגען שטילערהייט.
אויפדערנאכט אין שול, אז ס'געקומען די זמן האבן אלע אויגן זיך געקערט צו מזרח. די רב דרייט זיך אויס און זאגט עפעס צו די מענטשן ארום איהם, זיי שאקעלען מיט די קאפ און דרייען זיך אויס איבערזאגן פאר די שכנים. ביז אפאר מינוט האט מען איבערן גאנצען ביהמ"ד געזעהן פנים'ער אויפלייכטן מיט פארשטאנד און קעפ זיך שאקעלען, און מ'האט געהערט די ווערטער יא, טאקע, פשוט, יומא ארוכתא! דערנאך האט מען געהערט דעם געזאנג פון ברכו.
דעם צווייטן טאג נאך מנחה איז די רב געזעצן מיט אן עירובין גמרא. עטליכע אינגעלייט נעבן ספרים שאנק האבן אויך ארויסגענומען עירובין גמרא'ס, געמישט אהער און אהין. פינף מינוט פארן זמן איז די רב ארויף צום ארון קודש, די גבאי האט צוגעטראגן דעם עמוד מיט די גמרא. "בעי רב חנניא" האט ער אנגעהויבן. "יש תחומין למעלה מעשרה או אין תחומין למעלה מעשרה. צו זאג איך אז דער דין פון תחום שבת גייט אן אפילו העכער פון צען טפחים צו זאג איך אז ס'גייט נישט אן העכער צען טפחים. אויב האלט איך יש תחומין למעלה מעשרה קומט אויס אז אליהו קען נישט קומען אין יום טוב ווייל די הימל איז ווייטער פון א תחום שבת. ווידער אויב האלט איך אין תחומין למעלה מעשרה קען אליהו יא קומען ווייל ער קומט דאך פון העכער צען טפחים. און די גמרא פרובירט אויפצודרינגען פון פארשידענע פלעצער און ס'בלייבט אן איבעיא. בימינו אלה און אונזערע צייטן כאטש אונז האמיר נאך נישט זוכה געווען צו משיח ממש, איז אבער א בחינה פון עם שוין דא! ווייל היינט גיימער אונז זוכה זיין צום תשבי יתרץ קושיות ואיבעיות! אין די נעקסטע פינעף מינוט גייט תשבי פסק'ענען פאר אונז צו ער האלט יש תחומין למעלה מעשרה צו אין תחומין למעלה מעשרה. אויב גייט ער נאך קומען היינט וועלן מיר וויסן אז ער האלט אין! תחומין למעלה מעשרה פאר דעם האט ער געקענט קומען. אויב גייט ער נישט קומען היינט וועלן מיר וויסן אז ער האלט" - און דא האט שוין די גאנצע עולם מיט געזונגען "יש! תחומין". און די רב האט פארגעזעצט "למעלה מעשרה טפחים. פאר דעם האט ער נישט געקענט קומען היינט." די רב האט געטרונקען אביסל פון די וואסער וואס די שמש האט צוגעברענגט און פארגעזעצט "אויב קען ער נישט קומען היינט וועט ער אוודאי קומען מארגן - מארגן איז דאך די טאג וואס די גלות איז געשען ווען מ'האט גע'הרג'עט גדליה בן אחיקם. איך בין זיכער אז משיח וואס האט אונז ליעב האט געוואלט קומען אין א תענית אז אונז זאל מיר זיין ריין צום יום הדין. דאס וועט אונז געבן די געלעגענהייט פאר מער תשובה. אזוי צי אזוי אין די נעקסטער מעת לעת גייען מיר געהאלפן ווערן מיטן אייבערשטענס הילף. און די אייבערשטער זאל אוודאי העלפן אונז זאל מיר זוכה זיין אקעגן צו גיין דעם גואל צדק במהרה בשעותינו אמן." די גאנצע עולם האט אויסגעשריגען "אמן!" אויף די העכסטע טענער, וויסענדיג אז ווי העכער מ'שרייט אלס בעסער הערט גאט, אזוי ווי אין פסוק שטייט זעקת סדום ועמורה כי רבה. די עולם האט זיך געשפירט זייער דערהויבן אז מ'איז זוכה צו וואס תנאים האבן נישט זוכה געווען, און געווארט מיט געדולד צו זעהן וואס אליהו גייט פסק'ענען.
ער האט גע'פסק'ענט "יש".
צום גדליה נאכמיטאג איז די בית המדרש געווען פול מיט אידן זאגן תהילים. גאט האט געשוואוירן אז די שלש עשרה מידות גייט ער נישט אימקערען ליידיג, אבער היינט ביי ויחל האבן די אידן געוואוסט גייט ער טאקע אויסהערען. פארוואס זאל ער זיך רעגן אויף זיין פאלק וואס ער האט ארויסגעצויגן פון מצרים? ער האט דאך געשוואוירען פאר די עלטערען אז די קינדער וועלן ארבטיילען דאס לאנד אויף אייביג. אזוי האבן זיי געליינט צו גאט פון זיין תורה כדי איהם צו בארוהיגען.
נאך מנחה איז די רב צוריק ארויף צו די בימה. "איך וועל נישט לאנג מאריך זיין - די עולם פאסט. ס'דא א מחלוקת צו בתשרי נברא העולם צו בניסן נברא העולם. אויב האלט איך בניסן נברא העולם קומט אויס אז ס'נאך נישט קיין זעקס טויזענט יאהר זייט די וועלט שטייט. אינטערעסאנט איז אז די מאן דאמר בניסן נברא העולם האלט אויך בניסן נגאלו ובניסן עתידין ליגאל. אונז גיימיר יעצט זעהן ווי וועלעכע מאן דאמר משיח האלט. אויב גייט מען זעהן אז ער קומט נישט היינט וועט מען וויסן אז ער האלט בניסן נברא העולם. איז אז ער וועט קומען אין ניסן, דאס וועט אונז געבן מער צייט צו תשובה און צו אריינכאפן נאך מצוות. פארשטייט זיך אוודאי אז ער קען נאך אלס קומען יעדן טאג - אחכה לו בכל יום שיבא גייט נאך אלץ אהן. אבער שפעצטענס וועט ער קומען אויף פסח. איז לאמער זעהן וואס ער גייט יעצט פסק'ענען." די רב איז צוריק געגאנגען צו זיין פלאץ און די עולם האט זיך געזעצט ווארטן אויף משיח'ס פסק.
ער האט גע'פסק'ענט בניסן.
די עולם האט זיך געפילט אביסל ווי מוצאי יום כיפור - מ'אטעהמט אפ פון ערענסטקייט און מ'איז הונגעריק. אבער פון די אנדערע זייט איז מען עטליכע טעג פאר א יום כיפור און עטליכע חדשים פאר די גרעסטע טאג. אפילו די רב האט געזאגט אז משיח קען קומען יעדען טאג, האט אבער יעדער ביי זיך פארשטאנען אז ער וועט נישט קומען אין סתם א ביזנעס טאג, ער וועט ווארטן אויף די "ניסן עתידין להיגאל". די אידישע שקצים זענען ארויפגעקומען שעפן אביסל פרישע לופט.
די כפרה צענטערען האבן זיך צוריק גע'עפנ'ט אין די עשרת ימי תשובה אזוי ווי די מנהג ישראל איז, און מ'איז איבערגעגאנגען תשליך אזוי ווי יעדעס יאהר.
אידן האבן זיך געפרייט אז מ'האט מער צייט צו מצוות, און מ'האט ווידער גענומען זיך גרייטן פאר'ן גרויסען טאג. איבעראל האט מען אנגעהויבן לערנען הלכות קרבן פסח. מ'האט אויסגעארבעט פונקטליך וויאזוי מ'עט קענען זויגן די מארעך אן צוברעכן די ביינער. און יעדער האט זיך צאמגעציילט מיט א חבורה.
א וואך פאר פסח האבן זיך די כפרה צענטערן ווידער גע'עפנ'ט - ס'קומט דאך א יום הדין. דאס מאל האבן זיי געברענגט א טראק מיט קעלבלעך אויך - פאר ווער ס'וויל האבן פאר'ן קרבן פסח. ס'האט זיך שנעל אויספארקויפט אין זיי האבן געדארפט באשטעלן נאך עטליכע טראקס.
ביים סדר זענען די קינדער געווען זייער וואויל. און ווען ס'געקומען צו שפוך חמתך איז יעדער געלאפן צום טיר. ווען מ'האט ארויסגעקוקט צו די פינסטערניש און נישט געזען קיין זכר פון א ווייסן האר, האט מען געקוקט אויף די אנדערע פנים'ער צו ליינען אויב זיי זעהן יא. ווען מ'האט געזעהן די בלעזלעך צופאלן אין די כוס של אליהו, האבן אפילו די דערוואקסענע געטראכט צוויי מאל צו דאס איז נישט געשען דורך אליהו הנביא'ס שנאץ. פארן גיין שלאפען האט מען געלאזט אפן די טיר - אפשר וועט ער נאך באלד אנקומען.
בייטאג זענען זיי נישט געווען זיכער וואס משיח האלט איבער "יש תחומין" ווייל אפשר האלט ער "אין תחומין" אין ער איז נישט געקומען ר"ה וועגן "בניסן נברא", האט מען נאכאמאל געווארט וואס אליהו וועט פסק'ענען איבער תחומין.
ער האט זיך נישט אוועק גערירט פון זיין ערשטען פסק.
דעם ערשטען טאג חוה"מ, קיינער וויל נישט משיח זאל איהם טרעפען אויף א פעריס רעדל, האט זיך יעדער געפונען אין ביהמ"ד. מ'האט זיך ארומגעדרייט, געשמועסט, אסאך אירע האבן געהאלטן א ספר אפן אז ווען משיח קומט אריין זאל מען שנעל קענען אריינקוקען אין א ספר.
פאר מעריב, איז די רב'ס דרשה איז געגאנגען עפעס אזוי, "ס'דא א מחלוקת צי יום אחד בשנה חשוב שנה, צי איין טאג און יאהר ווערט גערעכנט אזוי ווי א יאהר. אויב איך האלט אז א חלק פון די יאהר ווערט נישט גערעכנט ווי א יאהר, קומט אויס אז ס'נאך נישט קיין גאנצע זעקס טויזענט יאהר זייט די וועלט שטייט, ווייל אונז זעמיר יעצט אין די זעקס טויזענטע יאהר און גאנצע זעקס טויזענט גייט הערשט ווערן ווען דאס יאהר ענדיגט זיך. אונז 'על מיר ווארטן וואס תשבי וועט פסק'ענען - און אז ער האלט יום אחד בשנה אין חשוב כשנה, נו, דאס ווער אונז דאך געבן מער צייט אריינצוכאפן נאך מצוות - אגב, פארלאנגט זיך צו פאררעכטען דעם דאך פון בית מדרש, דעס וועט געבן דעם געלעגענהייט פאר יעדעם אריינצוכאפן נאך מצוות. די גבאים וועלן ארומגיין נעמען די נדבות." די גבאים זענען ארומגעגאנגען, און די עולם, וואס האט נישט געוואלט פליען אויף ארץ ישראל מיט א לעכעריגען דאך, האט זיך שיין משתתף געווען.
ווען ס'געקומען נאכט האט תשבי גע'פסק'ענט אין חשוב כשנה. יעצט איז מען געווען צוריק אויפן זעלבן פלאץ ווי פאר א יאהר אין אזא צייט, כאטש אביסל מער עקספיריענסד אין תשובה.
אפריל 1 2240 למספרם:
אידישע קינדער חזר'ן איבער ראש-השנה'ס זיבעציג מאהל אן מיד ווערן, און אונזערע אייניקלעך האבן איבער גע'חזר'ט די לעצטע-ראש-השנה צום צווייטן מאהל נישט צו פיהל אנדערש פון דאס ערשטע מאהל. נאכאמאל האבן זיי געווארט וואס תשבי וועט פסק'ענען אין די סוגיא פון יש תחומין, נאכאמאל האבן זיי געווארט וואס ער וועט פסק'ענען אין די סוגיא פון בתשרי נברא העולם, נאכאמאל האבן זיי געשלאגען כפרות א וואך פאר פסח, און נאכאמאל האבן זיי געווארט וואס ער ווער איבער'פסק'ענען אין די סוגיא פון יש תחומין. אליהו האט זיך געהאלטן ביי זיין אלטען פסק.
די רב שוין געהאט געמאלדן ביים שבת הגדול דרשה אז ער גייט האלטן א דרשה דעם ערשטען טאג חוה"מ פארנאכטס. די עולם וואס האט זיך סייווי ארומגעדרייט אין ביה"מ, האט איהם געזעהן צוריעפן א בחור'ל און איהם עפעס בעטן. די בחור'ל איז געגאנגען צום ספרים שאנק און אנגעהויבן זיכן עפעס ביי די שו"ת ספרים. ס'האט שנעל ארומגעוואקסן ארום איהם א דראנג מיט מענטשען. "וואס זוכסטי?" האט אן עלטערע איד זיך אנגערופן. אלע האבן זיך צוגעבויגן צום בחור'ל. "די רב האט געבעטן א תשובת חתם סופר יורה דעה" האט די בחור'ל גע'ענטפערט אביסל שטיל. אבער זייענדיג צוגעבויגן האבן אלע געהערט. ביז א צוויי סעקונדעס האט זיך דערהערט א "דא איז עס!" פון דריי מענטשן אויפאמאל. די בחור'ל האט עס צוגעטראגן צום רב.
די רב האט זיך אויפגעשטעלט און אנגעהויבן, "אין די לעצטע תשובה פון חתם סופר אין יורה דעה, רעדט ער דארט ארום צו ס'דא י"ג עיקרים צו נאר דריי. זאגט ער דארט אז ער קען נישט גלייבן אז ביאת המשיח זאל זיין פון די עיקרים ווייל ס'דאך אלס דא די מעגליכקייט אז אונז וועל מיר זיך אזוי פארזינדיגען און גאט וועט אונז פארלאזען אויף אייביג, אזוי ווי ער האט איבערגעלאזט די עשרת השבטים לויט רבי עקיבה, דאס מיינט נאך נישט אז אונז מעגן משנה זיין אפילו קיצו של יוד אפילו דרבנן דאס אז אונז ווערן נישט אויסגעלייזט מיינט נאך נישט אז מ'מעג זינדיגען חלילה. אונזערע חטאים דארף קיינער נישט אויסרעכענען - וואס דארף מען מער אז א לעצטע סטאטיסטיק האט געוויזן אז ס'דא מער ווי פערצן טויזענט אידישע בלאגס, איז נישט קיין וואונדער אז משיח וויל נישט דא זיין ציווישן אונז. די חתם סופר האט געהאט א ווייטן בליק. ליידער האבן אונז נישט זוכה געווען צום גאולה. אבער דאס געט נישט קיין היתר פורק עול צו זיין חלילה. אידישע קינדער זענען ארויפגעגאנגען צו א העכערע מדריגה די לעצטע יאהר מיט די אלע מצוות. פאר אונז צו זינדיגען יעצט, איז סאך ערגער ווי פאר א איד פון הונדערט יאהר צוריק, ווען מ'פאלט פון א העכערע פלאץ איז ערגער. לאמיר ווייטער אנגיין מיטן עבדות השם אזוי ווי ביז היינט, און די אייבערשטער - ער איז כל יכול ער ווער אונז אוודאי העלפן, און ער קען אונז נאך אלס אייביג אויסלייזן. אזוי צי אזוי, אונז גיימער ווייטער אן מיט אידישקייט!"
פאר א פאר סעקונדעס זענען אלע אויגן געבליבן פארגלאצט אויפן רב. דערנאך האט מען איינגעצויגן די ליפן, אריינגעצויגען א טיפען אטעם, א בליק געטוהן די אויגן צו די לינקע זייט, און שטייטעלעך ארויסגעבלאזן. יעדער האט זיך צושפרייט און אהיימגעגאנגען פלאנען וואו מ'גייט מארגן חוה"מ האלטן. נאך פסח איז יעדער צוריק אין דזשאב, און זיי האבן קיינמאל נישט געקענט מוחל זיין די בלאגערס וואס האבן אוועקגענומען זייערע גאלדענע חופות און צוויי יאהר פון זייער לעבן.

3 תגובות
!a pached a shrek
In the Rambam's times, we got the Igeret Tiemon as a reward
in the Rashba's times, he writes a Tshuva about a self proclaimed moshiach
The famous Shabasie Tzvi the moshiach of all moshiach's
Then there was "Sh'nas Keser"
And last but not least the holy moshiach we had or maybe still have in our generation
Very creative.
Keep it up.