די טיר איז פארשלאסען? יא! און גיט צוגעמאכט? זיכער, כאָ געטשע…
די טיר איז פארשלאסען? יא! און גיט צוגעמאכט? זיכער, כאָ געטשעקט
מעהאמיר אלעס? יא אלעס, אָקעי מען קען פארען
אלע לעקטער אויסגעלאשען? יא איך האב אלעס אליין פארמאכט, ווי געשולטע שיסער זענען מיר ווידער אויפ'ן וועג צום קאנטרי, יאַרע תשס"ז, ויסעו. די קינדערלעך עסען סענדוויטשעס מיט דרינק'ס, די מאמע רעדט אויפ'ן טעלעפון און איך הער זיך איין אין א נייער סידי
יא פארן צו נישט פארן, פלעגט אמאל זיין אינטער א פראגע צייכן. אמאל מיין איך אין די ערשט פאר שנה ראשונה יארן. היי יאר האבן מיר דאך שוין חזקה. דאס איינקויפן, די גרייטונגן און דאס פאקן קומט אזוי נאטורליך ווי ווען די שוויגער גייט אין שפיטאל האבען דאס דרייצענטע, איי מיר האלטן יעצט אינמיטן מופען? מאכט נישט אויס. "איך קענען אריין בייסן אין קעיק און אפלעקען דע קריעם אויפאמאל" זאגט די פרוי
אז מען פארט נישט אין קאנטרי בעת מען מופט, ווייזט דאס אויף א אומבאהאלפענע אידענע, "עס קען פשוט שאטן פאר שידוכים ח"ו" גיבט זי צו מיט א ציפעדיג שמייכל
מיין נישט פראטאסטירען איבערצייגט איר אז זי האט מיך פולקאם באיינפלוסט און ארויס א געווינער
די קליינע טאנצן און שפרינגן, וואס ארט דען זיי אז איך האלט נאך א טאג ארבייט און נאכן הערן דעם פסק פון מיין בעל הבית אז זונטאג זאל איך נישט קומען שפעט. איך האלט יעצט אכט אזייגער אין אווענט, נאכן שלעפן אסאך פעק און איידער סאפער, בעפאר מנחה. איך וואלט געטוישט דאס פארן מיט א גיטן דרימל פאר כל הון דעלמא
הערענדיג די קולות פון די אינטערשטע זיצען קלער איך: רופט דאס וואקאציע, רופט דאס דאטשע, איך רוף עס געלט אויסברענגעריי. נישט ווייל דער קאנטרי איז שלעכט, לגמרי נישט. נאר פארוואס קען נישט יעדער איש וביתו פארן אליין, אָן די קינדער, קיין נאוועסקוישע אדער האנעלאלא פאר צעהן טאג און לאזן די דריי קינדער מיט די צוויי סעלעפון'ס ביי א בעבי-סיטטער. גיי טויש איבער די וועלט. אז יעדער שרייט קאנטרי גייען מיר ווי אלע
מען האט זיך שוין אפגעשטעלט צו נעמען געז, קויפען נאך עסן, דאווענען מנחה. ענדליך איז מען שוין אנגעקומען, און נישט סתם געקומען, נאר כזקן ורגיל. די שמחה פון אנקומען בשלום איז אביסל אינטערן שאָטן צוליב וואס משפחת שטרימפהאלץ און פלעדערמויז זענען אנגעקומען אביסל איידער אונז. ס'ארא חוצפה האבן זיי געהאט אנצוקומען בעפאר מיר האבן באטראטען דעם באדן. דערפאר זענען מיר אבער נאך אלס פון די עשרה ראשונים, מיר האבען זיך אריין געשמוגעלט דורכן א הינטער טיהר און ערשינען ווי אלט געזעצענע, דאס איז איר גרעסטע פארגענוגען. איידער וואס ווען און ווי און מיין אידענע איז שוין אין רינג מיט א מויל פיל מיט ערציילונגן וואס איז כמעיין המתגבר

ווי די פריש געפאלענע שניי ערב חנוכה, שטייען יעצט די ווארימע גרינע גראז שטאלצערהייט און נאכנישט צוטרויטן. זיי באגריסן אונז בקומה זקופה ווי געסט וואס מען קען זיי קוים דערווארטן. די פיינע בלעטער גראָך איז ווי באלזאם צו מיינע מידע ביינער. די געמיטער ווערן אויפגעהייטערט, מיר זעהן אז מערסטענס שכינים ארום אונז זענען נאך נישט אנגעקומען
די קינדווארג לויפען גלייך צו צי די באנגעלוי'ס און וואלגערן זיך שוין דערינטער, זיכענדיג פאריעריגע באהאלטענע מציאות. מיט אייסעס אין די האנד רייצן זיי זיך מיט אלע וואס קומען ערשט יעצט. זיי זענען גיט באקאנט מיט גאנצען וואלד ארום, אפילו די האָזלעך אויף די ביימער זענען איבערגענומען מיט אונזער אנקום און שפרינגן אינטער ווי ווען דער חתן קומט אריין צו די חתונה. ווייסע פויגל טשיפשען, איינע שטעלט זיך ממש ביי מיין פיס, עס ווילט זיך מאכען א רקידה
אונזער פאריעריגער שכן איז שוין אויך דא, ער שפאצירט ארום מיט'ן וואלענע טלית קטן אויף אינטן, דאס זאגט אן אז ער האט זייער שווער געארבייט. היי יאר [ווי אלע יארן] איז ער געהאלפן געווארן מיט א בן זכר. אינמיטען גרעסטן אויסגעפאקעכץ, מארשירען אלע זיינע קינדערלעך אריין צו אונז אין די באנגעלוי בעטענדיג אייסעס, און אז זיי זענען דא, קומט שוין די מאמע אויך אפשטאטען א באזיך אונז צו צייגן דאס ניי פיצעל'ס. זי רעדט קוויטשעדיג און מיט פאטאס, זאגט איבער יעדע זאץ צוויי מאל און מאכט זיך ניטאמאל וויסעדיג אז איך לעכץ נאך אביסל רואיגקייט. איך גיב איר אפ דעם מזל טוב און פרעג איר ווי אלט איז די בייבי, זי געדענקט נישט פונקטליך. קארגע דריי אדער פיהר חדשים זאגט זי
די דיינ'טע איז אויך אנגעקומען א גליקליכע בשעה טובה ומוצלחת, מיט א קהלה צוגעשטעלטען דרייווער (טעק'ס פעיער'ס מאָני), מיט די ברוינע באבע שיך און ברייטן שטערן באנד פארציילט זי -די אלס ווייסערן- גרויס נייעס, דהיינו, די פרידמאנ'קע פון באנגעלוי זיבן, וואַרט!, און די גראָס'טע פון באנגעלוי אכצן האלט אינמיטען א שידוך מיט איר צוואנציג יעריגע טאכטער. א שאד נאר עס האט זיך פלוצים א לאז אראפ געטון א שלאקס רעגן מיט שטארקע בליצן, זי מיז איבערייסן דעם שמועס, אנטלויפט פונעם גאָס פראקלאמירענדיג! איר וועט נאך הערן דאס איבעריגע בעפאר'ן עסן דעם טשאלענט
ווי אלע פרומע אידן אין די הרי הקעטסקיל'ס, זענען מיר שוין געווען אין וואָל-מארט, אין מקוה, אין סווימינג פול, געלאכט צום קאמערע, געשטעלט פליגן כאפער'ס, געמאכט שלום צווישן די אייגענע און די שכינים'ס קינדער, זיך נאכגעפרעגט אויב דער עירוב איז מתוקן. געגעסען קיגל, געווען אין גראסערי, און געווען אין גראסערי. געגעסען נאך קיגל (עפעס אנדערש איז נישט דא) איך שטיי און ווארט יעצט אויפ'ן את עמו בשלום אז מען זאל קענען צומאכן א אויג און זיך אביסל אויסטשוכען, די מידע נשמה וואס האבען געשלעפט צוואנציג אייער באקסעס צום קאר און פון קאר מיט די נשמה אויפ'ן שפיץ נאז
א גאנצער סומאטוכע איז דער זמן התפלה. היי יאר האט איינער א בנש"ק ערקלערט פאר זיין פרוי אז מען טאר נישט דאווענען פאר'ן זמן. די פרוי זיינע האט דאס איבער געגעבן פאר די אנדערע אידענעס און דער גאנצער פריע מנין איז פלוצלינג געשטאנען אין א סכנה פון צוזאמפאל. א פרישע פאליטיק, א געטועכץ א געמויזעכץ האט אנגעהאלטען א גאנצן פרייטאג אין סווימינג פאל, אין מקוה, אויך דער קיגל פארקויפער האט געהאט א מיינונג. ביז מיר עמך אידן האבען געווינען און דער מנין איז ב"ה צושטאנד געקומען ווי אלע יאר ביז איצטערט. אפילו דער דיין א מילדער און באשיידענער האט אונז גערעכט גפסק'נט, געזאגט זיין מיינונג און ער איז אויך געקומען דאווענען ביים זמן
דורכ'ן יאר קוקן מיר זיך נישט אן, אצינד הערשט ב"ה גרויס ברידערשאפט, אלע גיבן זיך די האנט א שטייגער מען איז יעצט אנגעקומען פון יהופעץ, ווי אונזערע עלטערען וואס האבען זיך געטראפן אין אמעריקא מיט לאנדס-לייט נאכן אנקום פון פוילן נאך די וועלטס קריג. חיים דוד דער פלאמבער גיט מיר א גיבערישען שלום עליכם מיט די שווארצע נעגל אז כ'האב זיך געמיזט איבער וואשן די הענט. מנחם הערש וואס וואוינט גראדע לעבן אונז אין שטאט גיט מיר נאכאמאל דא א קלאפ אין ריקן מיט א שמייכל פון דא ביז קאנארסי, נישט קשה מיר זענען ווידער שכינים און די האנט זיינע איז שיעור נישט געבליבן אויף מיין בעקיטשע
דער שוהל איז פריש איבער געפארבט, פריש מיין איך, מען האט געלאזט די באָטער-פלייעס און מאסקיטאָס. ווי דער שטייגער ביי אונזערע אידעלעך האט מען נישט אפגעוואשען די ווענט איידערן קאלעכן, איז דער ווייסער פעינט אויסגעמישט מיט שטויב און טויטע פליגן אבער דער שמש קלאפט זיך אויף די אייגענע פלייצע פאר די שיינע ווערק וואס די פוילישע גוים האבען געטון
קיינער טראכט ניטאמאל פון זאגען הודו, כאטש עס איז שוין א שטיק אין שבת אריין. יעדער איז פארנומען מיט "ווען ביזטע געקומען" און "שוין נישט געזעהן א שטאָק מיט יארן". די קינדער שאַרן זיך גראד צו צו זייערע אלטע חבירים און קריגן זיך איבער וועמעס טאטע איז שנעלער געפלויגן אן כאפן א טיקעט
איינער אליין זיצט דער דיין ביים מזרח וואנט, מיט די גלעזער פרובירט ער פארטרייבען א פליג פון לינקע אויער, אן ערפאלג. זיין לאנגע גרויע בארד איז פארטיפט אין א ספר ווען מיטאמאל קומט אריין גימפל דער קנאקער און גיבט אים א קנאק אין רוקען אז דער שדרה האט זיך אים שיעור נישט געשפאלטן אין צווייען
חעזקעל? די ביזט עס? וואס טוסטו דא? אוי איי עם סוי סארי. כ'אב געמיינט איר זענט מיין חבר חעזקעל, אנטשולדיגט זיך און גייט ווייטער
גימפעל (נישט זיין עכטער נאמען) איז פון די בעסערע הויזן אין קאנטרי, די שנויצן זענען אים אייביג פיצל און צומאל היבש פארשוירן אבער דערפאר גייט ער מיט געביגעלטע הויזן אפילו אין א טאג וואס מען זאגט תחנון. ווען מען פרעגט אים וואס ער טוט פאר פרנסה, איך פאָר אסאך קיין טשיינע ענטפערט ער. [ווער קען נישט אזוינע גימפלע'ך וואס האקן יעדען אין "טשייניק" אן א רחמנות
היי יאר האט דער דיין מיט געברענגט זיין פרישן גן איידעם, אליין א רבניש קינד, א אינגערמאן וואס איז קוים ארויס פון די מאמעס פארטוך אבער שלעפט זיך שוין ווי אן אלטער רבי וואס דער שטעקן איז אים אהין געקומען. ער האט נישט פארגעסן אנצוטוען דעם ווייסן שאהל און הינקעט אריין אין שוהל מיט זיין אייגענעם לעדערנע יעב"ץ סידור, ווען קהל דאווענט שמונה עשרה קוקט ער אריין אין א ספר, ווען אלע זאגן ויכולו שטעלט ער זיך שמונה עשרה. צו להכעיס האט ער קוים אפאר האָרעלעך אין די גאָמבע אבער ער פליקט איר ווי עס וואלט געווען די לענג פון נחשון בן עמינדב'ס. ווען ער רעדט מיט'ן שווער רעדט ער כיפערדיג און מיט הכנעה, אים נישט קוקענדיג אין פנים ווי ער וואלט געשטאנען פאר זיין רבי אין חדר ביים חוזר חזרה פארהער. א גרויס וואונדער איז אונז אלע, וויאזוי ער האט ערייכט אזא ראש הקהלישע בייכל ווען ער איז קוים אכצן. אפשר מארגן ביים קיגל טיילן נאך שחרית וועט דער אבעי' אויך פארענטפערט ווערן
דאס ווינטל וואס קומט אריין פון פענצטער האט אויך איינזעהניש מיט מיין מידיקייט, ער מישט מיר איבער די בלעטער פון סידור און צובלאזט משה'לעס פיאות, אז ווען מען האלט שוין ביים קליינעם מודים פון מעריב כראָפעט שוין משה'לע אין גרויסען וואס האט איבערגעכאפט דאס מידקייט פון זיין טאטן, נאכן דאווענען קען איך אים קוים דערוועקען
די פרישע חלה שטייען אויפ'ן טיש ווי א ליימענער גולם. ווינדערט זיך אוודאי פארוואס מען כאפט זיך נישט צו צי אים ווי א וואך פריער, גיי שריי אים אריין אין אויער אז די וואך שלאפט יוטעלע אין "קאנטרי". דער אפיציעלער אויסרוה פלאץ. זינט פסח ווען מען ארבייט זיך איבער, איז עס אלעמאל מיט'ן טרייסט "אט קומט שוין די קאנטרי" און אז מען האט שוין ענדליך די זכי' צו כאפן דאס ערשטע רואיגע דרימל אין א באנגעלוי וואס איז ניטאמאל ווערט ווי א האלבער בית הכיסא ביי אונזער נייע דירה אי"ה, איז מי ידמה לה
די לאקשן איז נאך פארפרוירען, די גרעיפ דזשוס איז ווארעם. די ליכטעלעך צאנקן, די קליינע שלאפן שוין, כאפ איך מיר אויך א טועמי' דרימל צווישן דעם שטילן גיט שבת ביז'ן יום השישי און דאן האט דאס פיש מיט די קאטשעניו א תיקון הכללי
איך גיב זיך א דערמאן ווי גיט עס איז געווען א וואך פריער אינדערהיים ווען דער אשת חיל ניגון האט זיך אויסגעמישט מיט'ן קול פינעם עיר קאנדישן, מען האט נאך געגעסען אין א באקוועמען בענקל וואס האט צוויי הענטלעך ביי די זייטן. מיט זילבערנע לעפעל טעלער געדעקטן טיש. דער מלאך טוב זאגט זיכער קומענדיגע וואך וועט אלעס זיין מיט מער רחבות און חדוה. אמן
קוים וואס דער שבת איז אדורך און אלע גיטע פריינד שטייען אין א רינג, נאך איידער מען איז פארטיג מיט'ן מקדש זיין די לבנה שמועסט מען זיך אפ וועגן דעם וואלי-באָלל און פיצא, יעדער רעדט, קיינער הערט נישט אויס א צווייטן. די מאסקיטא'ס טוען זיך זייערס, פון די פיינע שאלשעסעודות טוען זיי יעצט געניסען. אבער די ווייבער זיצן אויף די באקוועמע בענקלעך ווי מוצאי שבת שירה ביים בארטען אין מיאמי
פארוואס פייפט נישט ביים זמן מוצאי שבת ווי עס פייפט דאס ערב שבת, ווייל ווי נאר עס ווערט אויס שבת צוקלינגען זיך סייוי די טעלעפונען פון אלע באנגעלויס ווי אויף אמאל. אלע לויפן ארויס ווי הינער פון שטייג. צוויי שכינים זענען שוין געקומען בארגן בשמים
תיכף נאך הבדלה הערט זיך דאס קראכן פאפיטעס און לאכערייען פון די אינגווארג, די עלטערע וואס האבען שוין ערוואקסענע קינדער פארבלייבן אביסל אין בית המדרש מיט פארהערן די קליינע און ציפן די בעקעלעך פון יענעמ'ס קינדער, קלענערע פאָרען ארום מיט -צוויירעדער- ביציקלעך. מאמעס וואס האבען נישט עפעס ספעצילעס צו טוען אינווייניג זיצען שוין קופקע-ווייז אינטערן ברייט ביינערדיג בוים בעת דאס עסן פון שלוש סעודות טוט זיך יערן. איינע זייגט דאס פיצעלס און פארציילט א מעשה, א צווייטע זיצט פארשוויגען איינגעוויקעלט און איינגענורעט אין ווינטער סוועטער'ס און לעקט אויס די פארבליבענע סטראבערי אייז קריעם פון גרויסע שיסל און א דריטע הערט נישט אויף קיכען אויפן קול פון די אייגענע וויצן אז זי הערט אפילו נישט ווי דער מאן שרייט" קריינדעל" אן אויפהער. אבער די שטימונג איז אויפגעהייטערט, א קליינגקייט? דער לשנה הבאה בקאנטרי, וואס מען האט זיך געווינטשן פאריאר לעיבאר-דעי, איז מקוים געווארען מיט א שמיץ אריבער
מען מאכט באראטונגען ווי מען גייט פראוון דעם מארגענדיגן זונטאג, רוב פרויען האבען נאכנישט פארענדיגט דאס אויספאקן אבער מען זיכט שוין ווי צו גיין, און מיט רעכט, "מיין באנגעלוי דא איז אזוי "קלאסטערפאוביק" אז אפילו צו זיצען אין די קאר מיט אלע קינדער איז שוין גרינגער" טענה'ט די שכנטע מיסיס גראס
משה'לע איז פארטון אין זיינע מעשה ביכער צווישען נאכט קאסטן און בעט, צום שיין פון די שטערן. ווען די ברוגז'דיגע שכנ'טע שרייט אים אריין "הער אויף צו לייענען און די טינקל", קענסט נאך קאליע מאכען די אויגן. "קוק נישט אריין דא" זאגט ער צוריק. יא, דא זענען מיר אלע איין גרויסע העפפי פעמילי
ער איז אויך א נייער פנים ביינונז אין קאנטרי, א סאמע איינפאכער פאליש איד איז בערל, ווי א וואסער טרעגער אין קעלעם, פיל מיט טראדיציע און איינזאמקייט. ער איז נישט געקומען אליין, געברענגט האט ער מיט זיך א חסידישער פידל צון ווייזן זיינע קענטענישען, פין זיין אפענעם פארטש זינגט ער א ניגון וואס דארף צו הייסן א מעזעבישער-שניידעריש המבדיל. איין פיס אויפ'ן בענקל און דאס צווייטע אויף א טשוואק, אלע ווייבער און קינדער הערן זיך איין אינעם ניגון אינגאנצען איבערוישט. ער צעהיסט זיך און ווערט רויט ווי דער בעל תוקע ביי תקיעה גדולה. זיינע ניגונים האבען אלע טעמים "ווי דער מן", יעדערער הערט וואסערן ניגון ער וויל
דער עיקר איז, ווען ער ענדיגט, קלאטשן אלע אז דער עכא הערט זיך ביזן עק פינעם שווארצען וואלד. איין אידענע איז אזוי פארגאפט אז די שפייעכטס רינט איר נאך פון מויל לאנג נאכן אוועקגיי[בילד]ן
ער הערט אליין נישט דאס שטראם פון לויב ווערטער וואס איז געוואנדען אין זיין ריכטונג, נאר זינגט אן אויפהער ביז ער ווערט מיעד און ערשעפט, דאן ווערט דאס געזאנג צוביסלעכווייז שטילער און פארשווינד ווי א זינקעדיגער שיף אין רוישענדע וואסערן, די שטימונג אין קאנטרי איז שוין יעצט ווי אויפ'ן "גיטן ארט", שא שטיל זענען אלע באנגעלויס. פון יענעם עק הערט זיך א שטילער געפילדער פון יענע לאכעדיגע אינגן וואס זענען דעם שבת געשלאפן מער ווי זיי זענען געווען וואַך

און פון ויתן לך וואס דער שכן ר' יחזקאל זאגט מיט א ניגון, זיין שאָטן שפאצירט לעבען אונזער באנגעלוי, ער ברומט אינטער א ניגון וואס לייגט אונז אלע אריין אין א חלומ'לאזע שלאפן
זונטאג שטיי איך אויף גאנץ פריה, אפילו דער הערש וואס לויפט ארום פראנק און פריי גיט זיך א שטעל אפ א רגע, ווי צו זאגען "וואס איז מיט דיר געשעהן היינט יאנקל". ווען איך קען ווען זיין שפראך רעד איך זיך אויס צו אים אז
מיין בעל הבית האט מיר אנגעזאגט אז אים "מאי" גיט ער נישט חופש. נו גיי קריג זיך מיט איינעם וואס איז ג-ט'ס שליח מיך צו שפייזן. מילא לכשעצמי וואלט איך שוין געגעסן שווארץ ברויט מיט אינגע צוויבל אינטערן אויווען פון הקדש און פערפאלן
אבער וואס וועל איך טוען ח"ו ער וועט מיך אפזאגן? פון וואנען וועל איך נעמען געלד אז יוטעלע זאל זיצען רואיג און זיך בראטן אין סווימינג-פול אינטערן קאכעדיגער זין ? ווער וועט רחמנות האבען דאן? פאָר איך יעצט אריין און שטעל צופרידען מיין בעה"ב. אפילו אונזערע געשעפטן וואס איז פארבינדען מיט די בערזע איז טויט אזא זונטאג, וויל ער אבער מאכען אפיס-ארבייט וואס מען יאגט נישט אן דורך די וואך
אויף די אנדערע זייט הייוועי קוק איך מיט קנאה אויף די אלע מיני-ווענ'ס מיט בייק'ס אויפן דאך וואס פארן הערשט יעצט ארויס אין די קאנטרי. ווען זיי ווייסען אז איך פאר שוין צוריק אן אויסגעפאקטער וואלטען זיי מיך גאר מקנא געווען
די קינדערלעך וועלען שפעטער אויפשטיין און פרעגען ווי איז טאטי, זיי וועלען זיך נאך מיר בענקן אבער איך מיז היינט צופרידען שטעלן דעם בעה"ב. און אפשר קומענדיגע וואך וועט ער מיך לאזן אל המנוחה ואל הנחלה און דאן וועל איך אייך פארציילען דאס איבעריגע

4 תגובות
געוואלדיג, דו איבערעשט אונז אלץ מיט פרישע געדאנקען און ריעונות, כמעין המתגבר,
טעינקס עי לאט