די ערשטע חסידישע בלאגס
ארכיוו פון קליינע חסידישע אידישע בלאגס, 2002–2015
זוך אין אלע ארכיוון

לפרשת בלק די וואך שטייט אין די תורה לו יש חרב בידי וגו איז פ…

נאטורליך גערעדט · 28 יוני 2007, 12:19
 לפרשת בלק

די וואך שטייט אין די תורה לו יש חרב בידי וגו

איז פארלאפען אזא געשיכטע, א אידל פון פלעטבוש איז געפארן אויף וואקאציע קיין מצרים,  ער
 האט געדינגען אן אראבער פאר א "טאור-גייד" וואס רעדט אנגליש און אויך אראביש, ער זאל אים ארום פירן און ווייזן מטוב הארץ ווי זיינע זיידעס האבן פארבראכט צוויי הינדערט און צען יאר

 קיין באזינדערע תנא קמא איז אינזער רייזענדער נישט געווען, ער האט אבער געבעטן דעם טאור גייד זאל אים צייגן היסטערי פון דאס אידישע פאלק

וואס למשל ווילסטו זעהן? פרעגט ער אים? הממ אפשר די קיען פון פרעה
 די קיען איז דאך נאר געווען א חלום!, ענפערט דער אראבער, און די קאמערען זענען חרוב געגאנגען ביי די צען מכות
עפעס געדענק איך פון אלץ קינד אז בלעם האט געוואלט הארגענען א אייזל. איך בעט אייך, צייגט  פון אידישע היסטאריע, סיי וואס איך קען נישט אהיין מיט ליידיגע הענט. זייער באגייסטערט
אה, קראצט זיך דער אראבער דעם שטערן און זאגט, נו גיט, דו ווייסט, מיין עלטער עלטער פעטער וואס איז 107 האט דעם שווערד פון בלעם, יא טאקע יענע שווערד פון וואס דו רעדסט

אזוי? שרייט ער בשמחה רבה מיט גרויס היסטעריע, קען איך עס אפשר זעהן? יא מארגען וועל איך פראווען וואס מען קען טוען. אונזער תמימות'דיג אידל קען קוים ווארטען, גאנץ פריה גייט ער מיט'ן אראבער צום הויז פון פעטער, דארט ווייזט אים דער אלטער מאן א רענצל, דערין איז פארוויקעלט און פארפאקט א אלט פארדזשאוועטן שווערד, "זעסט דעם שווערד" זאגט ער מיט א נידעריגע שטימע, דאס איז דער שווערד וואס דו מיינסט אוודאי, מיין זיידע האט עס מיר געגעבען בירושה פון זיין זיידן, וואס ער האט עס באקומען פון זיין זיידן אא"ו ביז בלעם בן פעור אליין

מיט קענטיגע התפעלות קוקט אונזער תלישא גדולה אויפ'ן שווערד, נעמט נישט אראפ א אויג פאר א מינוט. ער בעט דעם עלטער פעטער ער זאל עס אים לאזן אנכאפן. ער באטאפט עס מיט ציטערדיגע הענט און פרעגט דעם אלטישקען צו ער וואלט עס אים פארקויפט
ניין! איך פארקויף נישט, אלע מיוזיעמ'ס פון רוים ביז בריטען ווילן דאס האבן, דאס איז דער עלצטער אנטיק וואס איז פארהאן אין מצרים פון בלק'ס צייטן. איך גיב דאס נישט אוועק
און וואס איז אויב איך געב אייך דערפאר א מיליאן דאללער? איך בין א רייכער מאן! אלעס האט דאך א פרייז
 אהה מיליאן דאללאר, קען מען שוין רעדן. נאך א דין ודברים דעם אנדערען צופרי, זיבען אזייגער קלאפט שוין אונזער תלמיד חכם אויפ'ן טיר און ווייזט אים אויפ'ן רענצעל אמעריקאנע דאללארן
גיט זאגט ער! איך בין שוין אלט.  וועל איך עס פארקויפען פאר א מיליאן דאללאר, זאלן מיינע קינדער האבן א פיינע ירושה. דער אלטער פיפיגער סוחר מיטן אראבישער "טאור-גייד" האבען געוויזען ווי שווער עס איז זיך צו שיידן מיט די ירושה און אונזער סוחר האט זיך איינגעהאנדלט נישט מער און נישט ווייניגער "דעם שווערד פון בלעם אליין", ביידע האבען געטרינקן לחיים פאר גיט'ן געשעפט

ער פארקירצערט די וואקאציע, פארט גיך אהיים קיין אמעריקא מיט זיין גרויסען אוצר, לאזט נישט אראפ אן אויג פאר א רגע, ער גיבט ער שטארק אכטנוג מיט צען אויגן אויף זיין טייערן רענצעל, זיין נייער ליבלינג "דער שווערד. עס ליגט אין רענצעל וואס איז אפאר טאג צוריק געווען פיל מיט אמעריקאנע שמיליארעס

ווי נאר ער קומט אהיים קיין פלעטבוש, לויפט ער אריין מיט א איינגעהאלטן אטעם צו זיין ראביי,  און זאגט מיט עקסטאז "ראביי, איך קום פון מצרים מיט א אוצר שלא אוצרי אבותינו, עס מיז בלייבן אין געהיים, ווייל גאנץ כלל ישראל וועט נאך קומען באלד צולויפן וועלענדיג זעהן וואס איך האב איינגעשאפט

ער עפענט אויף דעם גרויסן רענצעל און גיבט א ציה ארויס דעם שווערד מיט פארזיכטיגקייט, דעם אלטן פארדזשאוועטען שווערד איז אויפ'ן טיש! דאס איז, דאס איז די שווערד וואס  בלעם האט געניצט צו הרגנן דאס אייזל
ווייס ווי קאלעך, וואס? וואס האסטו געטון? דו האסט באצאלט א מיליאן דאללער

יעס ראביי!!! איר הערט גיט און זעהט פיין, דאס איז דער שווערד, גיט אובאכט, עס איז בלעם'ס שווערד

מיט נישט א גרינג הארץ האט דער ראביי ארויס גענומען א חומש במדבר פון ספרים שאנק, און געוויזן דעם איד ווי די תורה זאגט "לו" יש חרב בידי, הלואי וואלט איך געהאט א שווערד, זאגט בלעם
אבער נישט אז ער האט טאקע געהאט א שווערד. הקיצור, דער איד פאלט אין חלשות און בלייבט אן לשון
וואס קען מען יעצט טון? ער כאפט דאס ערשטע פליגער צוריק קיין מצרים. צוזאם מיטן גרויסן במדבר חומש איינגעקנייטשט ביי פרשת בלק.  א מיליאן דאללאר איז פארט א מיליאן דאללאר. ער לויפט צום הויז פונעם אלטן פעטער. מיט גרויסע געשרייען פארלאנגט ער צוריק זיין מיליאן דאללאר. ער צייגט אן דעם פסוק מפורש אין חומש אז בלעם האט געזאגט "הלוואי האב איך א שווערד
נעמט אייך צוריק דעם שווערד, און גיבט צוריק דאס געלט, האסט מיך בארויבט, איך רוף די פאליציי. שרייט ער, ער טייטשט איבער דעם פסוק חומש אויף אראביש

אההה די פארשטייסט נישט זאגט דער אלטער מצרישער סוחר, בעת ער נעמט אראפ די ברילן און איז מסביר מיט א געלאסענקייט, ווען בלעם וואלט ווען געהאט א שווערד וואלט ער געניצט טאקע אט דעם שווערד
→ די טיר איז פארשלאסען? יא! און גיט צוגעמאכט? זיכער, כאָ געטשע…אפילו שפרה'לע קען שוין זאגען "קדש ווען די טאטע קומט א היים",… ←