די ערשטע חסידישע בלאגס
ארכיוו פון קליינע חסידישע אידישע בלאגס, 2002–2015
זוך אין אלע ארכיוון

באשולדיגונג: דוד עקשטיין מסר'ט רביצין שול שמש

האַלאָ! · 2 נאוועמבער 2009, 14:59 · האַלאָ
satmar
א אומבאשטעטיגטע באשולדיגונג איז פארשפרייט געווארן דורך די זאליס אז דוד עקשטיין, א קאנטראווערסיעלער פיגור צווישן די ארונים און איינע פון די ראשי הקהלה - אין זיין אנגייענגע קאמפיין קעגן די רביצין שול - האט אריינגעגעבן צו די אינסטאנצן א מסירה קעגן די שמש פון די רביצין שול אז ער פארקויפט וויין אין ליקער אן קיין ספעציעלער פערמיט, זיי געבן אן אז ער האט אריינגעשיקט א שליח צו כאפן בילדער.

דערווייל איז דער באשולדיגוגנ נישט באשטעטיגט און נישט קאראבאטירט.
→ קרית יואל וואלן ציטיילט אויף פארטיי ליניעסזאליס שליסן אויס כולל זיבנבערגן אפיל פון זייער שול ←