די ערשטע חסידישע בלאגס
ארכיוו פון קליינע חסידישע אידישע בלאגס, 2002–2015
זוך אין אלע ארכיוון

זאליס שליסן אויס כולל זיבנבערגן אפיל פון זייער שול

האַלאָ! · 2 נאוועמבער 2009, 14:39 · האַלאָ
satmar
דער קאנטראווערסיע האט זיך אנגעהויבן אפאר חדשים צוריק ווען די ארוינים האבן אדאפטירט א נייע פאלעסי אז סיי וועלכער מוסד וואס אנאנסירט אין דער איד, שליסן זיי אויס פון זייערע שולן, דער פאלעסי לויטעט אז דער מוסד וועט נישט קענען מער שנארן אדער לייגן פושקעס אין זייערע שולן, צוליב וואס זיי שטיצן א צייטונג וואס איז מבזה זייערע רבי פערזענליך אין זייערע עדיטארליעס. זיי האבן געשיקט ווארענונג בריוון צו אלע מוסדות וואס אטווערטייזן רעגלמעסיג אין דער איד.

אפאר וואכן צוריק האבן זיי מקיים פסק געווען מיט די מוסד כולל שומרי החומות אין ארויסגעווארפן זייערע פושקעס פון זייערע שולן און אויך פון די אוהל אין קרית יואל.

ווי עס שיינט האט כולל זיבנבערגן נאכגעגעבן די קאפריזן פון די ארוינים נישט צו אנאנסירן מער אין די צייטונג "דער איד", האבן די זאליס אלס נקמה בויקאטירט די קומענדיגע אפיל פאר די כולל זיבנבעגן לצדקת רמבעה"נ, זיי האבן פארבאטן הענגן פלאקאטן אין אויסרופן די אפיל אין זייערע שולן. די פושקעס קוקט נישט אויס אז זיי זאלן האבן ארויסגעווארפן דערווייל.
→ באשולדיגונג: דוד עקשטיין מסר'ט רביצין שול שמשאלטע דאקומענטן תש"ס - משה גבאי, דער בלאט און רב טוב ←