די ערשטע חסידישע בלאגס
ארכיוו פון קליינע חסידישע אידישע בלאגס, 2002–2015
זוך אין אלע ארכיוון

בראש השנה יכתבון

דבר אחר · 15 סעפטעמבער 2004, 10:58 · אחר
ס'קומען יעצט עטליכע טעג מיט אסאך צייט צו פלאנען איבער בלאגס. די בעסטע, מיין איך, פאנטאזירט זיך ביי מוסף. איך ווייס נאך נישט פונקטליך ווי אזוי כ'וועל אפשרייבען נאטיצן פון וואס ס'פאלט מיר איין, וויפיל מאל קען מען שוין לויפן אין טוילעט? אבער איך האף אז ענק וועלן הנאה האבן פון מיין ראש השנה.

עניוועי, פאר אלע אידישע ליינער וויל איך וואונטשען א פרייליכען ניי יאהר - וואונטשען מאכט דען עפעס אויס? נאר די עיקר איז די רצון. 'עמיר זיך זעהן נעקסטע יאהר.

1 תגובות

Anonymous · 21 סעפטעמבער 2004, 17:57
איך האב געמיינט דו ביסט א געשמאקער אפיקורס'ל שטעלט זיך ארויס א בוידעם א פראסטער עבריין ער שרייבט אויף געשניטענע אשר יצר פאפיר בשעת דער עולם קוויטשעט ובתשובה ובתפילה ובצדקה
→ עיניים להםא פארקעסט ←