מיין ליבשאפט צו ארץ ישראל
מיין ליבשאפט צו ארץ ישראל – באזירט אויף ר’ יהודה הלוי’ס ציון הלא תשאלי לשלום אסיריך
[בילד]
ארץ ישראל מיין ליבע היים, מיין הארץ עס בענקט נאך דיר
יא איך בין אויפן וועג כמעט דארט, האלט פאר מיר די טיר
די הייליגע לאנד פון מיינע אבות, דער אלטער היים מיינס
מיין נשמה מיין תורה מיין פאלק מיין לאנד, אנגעקניפט זענען מיר איינס
וויאזוי צו וויינען נאך דיר, איך האב שוין פארגעסן אצינד
אבער ווען פון דיר איך טראכט, מיט פרייד מיין הארץ זינגט
דיין ליכטיקייט דיין הייליגקייט דיין הימלישקייט, אזוי שיין
פילט אן איעדעס צעל פון מיין גוף, פון גרויס ביז קליין
זאל מיר גאט ברוך הוא די זכיה געבן, א תפלה איך טו בעטן
צו שפאצירן אויף דיינע שטיינער, וואס נביאים האבן אויף איר געטון טרעטן
אוי ווען איך זאל פליגלען פארמאגן, וואלט איך זיך געטון צו איילן
צו פליען צו דיר, אונטער דיין שאטן צו פארברענגן און וויילען
צו קישען דיינע שטיינער, און לעקן די זאמד אונטער מיין פיס
בארוועסיג צו גיין אויף דיינע חרבות, אוי איז דאס זיס
וואספארא טעם האט דען, עסן און טרינקען און א פרעמד פלאץ
ווייט פון דיין שיינקייט און זיסקייט, וואס האט נישט קיין ערזאץ
אז הקב”ה האט געגלוסט, דוקא אין דיר צו וואוינען
ווי קען איך אפילו טראכטן, צו עס וועט זיך מיר לוינען
ניין ניין איך האב נישט און דיר פארגעסן, קיינמאל
איך קום צו דיר, אריבערשפרינגענדיג בערג און טאל
באלד וועט דער פרימארגן זון אויפשיינען, מיט איר פולען גלאנץ
מיר וועלן זיך ארומהאלזן מיט א געוויין פון פרייד, און ארויסגיין און א טאנץ
איך צוזאמען מיט די גאנצע משפחה, און מיט אלע יודן
וועלן מיר אייביג שוין זיצען צוזאמען, און זיין צופרידן