די ערשטע חסידישע בלאגס
ארכיוו פון קליינע חסידישע אידישע בלאגס, 2002–2015
זוך אין אלע ארכיוון

טענקס גיווינג

צום פינטל · 25 נאוועמבער 2004, 15:07 · על הכל
פון דער וועיבעק־מאשין (archive.org), קאפיע פון 2005.
טענקס גיווינג ר' דז'ימי איז א גהויבענער גוי, ער איז מקיים די גויאישע מצות מיט אלע חומרות אין הידורים, שלושים יום קודם החג איז ער שוין עוסק אין די ספרי החג, דאס יאר האט ער זיך אויך איינגעהנדלט די נייעסטע ספרים און ליקוטים אויף עניני טענקס גיווינג, יעדן טאג האט ער פארברענגט אפאר שעה מיט א ערענסטקייט זיך צוציגרייטן צום געהויבענעם יום טוב, מיט זיינע פרומע געפילן האט ער געוואלט זיין זיכער אז ער וועט אויך דאס יאר די זכי' האבן צו שפירן די השפעות וואס קומען אראפ אין אזעלכע טעג, עס ליגט אים נאך גוט אין די ביינער די געהויבענע געפילן און דאס גרויס תענוג און התרוממות וואס ער האט געשפירט פאראיארן ביים עסן דעם טורקי אנגעלאנט אויף די לינקע זייט כדת וכדין מיטוואך אגאנצן טאג האט ר' דז'ימי שוין נישט געהאט קיין קאפ צו די ארבעט, די הכנות האבן געטוען דאס זייעריגע און דאס בלוט האט אים געקאכט, אט אט קומען שוין די געהויבענע מינוטן, אה אה וואספארא העכערן פארגעניגן איז דאס, צו וואס א ילוד אשה קען אלס אנקומען מיט אביסל עבודה, ער האט זיך צוגעאיילט צו ענדיגן די ארבעט פריער ווי געווענטליך, עס איז דאך ערב יו"ט אויף די וועלט, פארענדיג אהיים האט זיך אים נאר געדמיונ'ט ווי שיין עס וועט אויסקוקען דער ליל התקדש החג, די ערשטע זאך ווען ער קומט אהיים וועט ער כאפן א טבילה אין וואנע, נאכדעם שפירט מען זיך דאך עפעס העכער, דערנאך וועט ער זיך אנטון דעם ווייסן שירצל און זיך נעמען צום טורקי, עס ליגט אים נאך גיט אין די ביינער די מנהגים וואס זיין טאטע האט זיך געפירט, געוויסע מנהגים פירט ער זיך ווי זיינע גייסטיגע מנהיגים, אוי ווי דערלעבט מען עס שוין ליגנדיג אין בעט אין די שפעטע נאכט שעה'ן טראכט ר' דז'ימי איבער ווי שיין עס איז געווען, ווי שיין האט דער קליינער דז'עקי דערציילט דעם סיפור אמעריקע, דז'עפרי האט דאך אזוי גוט נאכגעזאגט אלע טייטשן פון דעם טיטשער, אפילו די קליינע טשעלסי האט אזוי שיין געפרעגט קשיות און ווי זיס איז געווען דער שלאף נאכדעם

1 תגובות

At November 25, 2004 · 3:53 PM , Anonymous said…

Dude! Your insane.

 
אנטעסמיטיזם ←