די ערשטע חסידישע בלאגס
ארכיוו פון קליינע חסידישע אידישע בלאגס, 2002–2015
זוך אין אלע ארכיוון

אנהייב זמן

צום פינטל · 17 אקטאבער 2004, 16:43 · על הכל
פון דער וועיבעק־מאשין (archive.org), קאפיע פון 2005.
זיך דרייענדיג אויף די גאס די טעג זעהט מען ווי די בחורי חמד שלא טעמו טעם חטא (נעבעך...) באלאגערן די ספרים געשעפטן זיך איינצוהאנדלען די נויטיגע צוגעהערן צום קומענדיגן זמן, מען זיכט אויס די דיקסטע גמרא מיט די מערסטע אינסטראקשנס אין די בעק וואס איין באשעפער ווייסט ווען ער וועט דערין אריינקוקען אמאל, דעם גרעבסטן שולחן ערוך פון נייעסטן דרוק, פארשטייט זיך אויך געציילטע מוסר ספרים ווייל ער איז דאך א ערנעסטער בחור, חסידישע ספרים האט מען אויך געהייסן פון ישיבה מיטברענגען, פארשטייט זיך אלעס פון בעסטן און טייערסטן אויפן מארק, ווייל פארוואזשע דען ארבעט דער טאטע אויב נישט צו פינאנצירן זיינע ספרים, און דער טאטע ווען עס קומט צו באצאלן פאלט אים טאקע א טרער ביים ארויסנעמען די שווער אויסגעהארעוועט פאר דאלער פון טייסטער, אבער עס איז א טרער פון שמחה, ער שעפט נחת פון זיין צדיק'ל וואס זיכט דוקא דעם בעסטן גמרא צו קענען לערנען מיט'ן גרעסטן ישוב הדעת, (ווען ער זאל ווען וויסן ווי גוט עס שלאפט זיך אויף א בבא קמא גמרא מיט א קובץ דערויף...) די אביסל עלטערע זיכן שוין מער לומדישע ספרים, א חי' הגרנ"ט א קהלת יעקב חי' ר' שמעון וכו' און מען קען אנזעהן די שרייענדע הנאה אין זעלבסט צופרידנהייט מיט וואס דער "גרויסער" בחור דרייט זיך ארום מיט די ספרים אונטר'ן אקסל זיכער צו מאכן אז יעדער זאל באמערקן וואס פארא ספרים ער האנדלט דא איין ווי א ריכטיגער "למדן" פון די ישיבישע וועלט, פארשטייט זיך אז חוץ די מסכת וואס מען וועט לערנען אין ישיבה וועט דאך אונזער "מתמיד" האבן אפאר אייגענע שיעורים, פאר פארטאגס, נאך ביינאכט, אינמיטן פרישטאג, נאך מיטאג, פארן שלאפן און נאכן אויפשטיין פרייטאג נאכמיטאג, שבת ביינאכט, און פאר יעדן שיעור איז אנגעגרייט מששת ימי בראשית א באזינדערער חברותא וואס מען האט נאך פאריגן זמן געפירט גאנצע וועלט מלחמות ווער עס זאל ווען לערנען מיט וועמען, זרח וויל דוקא פארטאגס און געציל וויל דוקא פארן שלאפן אבער דעמאלס האט ער שוין אפגעשמיעסט מיט גימפל און זיין חברותא גרונם איז סתם א שלעכטער וואס ער האלט נישט ביים בייטן אויף א אנדערען זמן אויך מיט א חשבון ווייל ער האט לכתחילה געוואלט לערנען מיט גבריאל ביי מיטאג און נאר צוליב זרח האט ער נישט געגקענט וכו' וכו' וואס די גרעסטע פאליטישע קעפ פון וואשינגטאן וואלטן ווען נישט געקענט פירן די טיפע פאליטיק, ובסוד...מי יעמוד, פארשטייט זיך יעדער שיעור איז זיך משלים צו זיין און אן אנדערן נושא, חסידות, לומדות, השקפה, און מען קויפט זיך איין די גאנצע סעט מיט אלע צוגעהערן פאר יעדן שיעור, אזוי קומט אונזער "מתמיד" "למדן" "ערענסטער" "חסידישער" בחור אן אין ישיבה מיט א גאנצן ספרים שאנק אין באגאזש, מיט א פערטיגן בלו פרינט וויאזוי דער זמן גייט אויסקוקען. די מאמעס ווארימע קיש ליגט אים נאך אויפן שטערן ווען ער איז מחליט אז דעם ערשטן טאג קען מען דאך נישט אנהייבן, מען דארף זיך נאך מסדר זיין דא דארט, זיך טרעפן מיט די חברים, פונקטליך דן זיין ווער עס יא צוריקגעקומען אין ישיבה, ווער נישט און פארוואס, אויך שפילט צו די "ענווה" מען דארף נישט ארויסשרייען "מתמיד" שוין דעם ערשטן טאג לערנען אינעם נאך ליידיגען ביהמ"ד, און די חז"ל שפילן אים אויך צו, משה רבינו איז אויך אויף זיין זייט, יומא קמא לא אמר ולא מידי, מען דרייט זיך און פרייעט זיך, מען כאפט א קאווע, א שמועס, א פארברענג, (פארשטייט זיך אז רוב צייט רעדט מען "פון" לערנען) ביז דער טאג גייט ב"ה אריבער, דעם צווייטן טאג פראוועט מען נאך יומא קמא משום ספיקא דיומא, צוביסלעך זעהט מען אז עס איז גארנישט אזוי שלעכט צו פארברענגען דעם טאג, פארשטייט זיך די סדרי הישיבה האלט מען איין מיט די פולסטע שטרענגקייט, אבער מיט די זייטיגע שיעורים כיון דאדחי אדחי, אי"ה די קומענדיגע וואך גלייך זונטאג הייבט זיך אלעס אן, אן קיין חכמות, אבער די וואך ווילאנג איך געוואוין זיך צו צום נייעם בעט אין איך דריי מיך אגאנצע נאכט, קען איך דאך פארשטייט זיך קוים אויפשטיין פארטאגס און ווער רעדט נאך פאר פארטאגס, און ביי מיטאג דארף מען דאך אביסל פארברענגען זיך צו באקענען מיט די נייע בחורים זיי זאלן אלע זעהן וואס פארא בטעמטער בחור איך בין. די וואך איז אריבער, זונטאג בין איך פארשלאפן, נישט חלילה וחס ווייל איך בין שילדיג, נאר דער בעל דבר האט זיך פארלייגט מיט אלע כוחות און ער האט מיר ממש געצווינגען צו שלאפן, און אויב שוין יא אזוי האב איך מיך כאטש גוט אויסגעשלאפן, אנגעקומען צום דאווענען בין איך צו ישתבח, נא, א גוטער בחור מעג דאך אויך אמאל פארשפעטיגן, (פארשטייט זיך נאר צוליב די הכנות) ביים מיטאג שיעור האב איך זיך נישט געכאפט און פארשמיעסט ביים טעלער זופ ביז דער משגיח איז שוין געקומען טרייבן, נא א כפרה אויפן היינטיגן טאג, "מארגן הייבט זיך עס אן" האב איך א טראכט געטאן מיט א פעסטע אנטשלאסנקייט, (איך האב נאך דאן נישט געוויסט וויפיל מאל איך וועל נאך אפמאכן דעם באשלוס) מאנטאג בין איך פארצאפאל יא אויפגעשטאנען, דער בעל דבר האט זיך טאקע ביטער געאמפערט מיט מיר אבער דאסמאל בין איך אים סוכ"ס בייגעקומען. איך לויף אריין מיט איין אימפעט אין ביהמ"ד די נאסע פיאות ווארפן זיך פון זייט צו זייט די בריעדיגע קאווע גיסט אן אלע פארבייגייער, און ווי א שטורעם ווינט לויף איך צו מיין פלאץ איך נעם אפיר מיין נייעם שבת גמרא (עס האט טאקע גענומען א מינוט ביז איך האב זיך דערמאנט וועלכער שיעור איז פאר יעצט אבער איך האב זיך שנעל דערמאנט) איך לייג עס האסטיג אראפ אויפן שטענדער, מיינע אויגן וואנדערן ארום אינעם ביהמ"ד זיכנדיג מיין חבר, נא שוין, וועל איך אנהייבן לערנען אליינס מן הסתם איז ער ארויס מאכן א קאווע, איך הייב אן די משנה, צוביסלעך קילט זיך אפ דער ברען, און די אויגן הייבן זיך אן קלעפן, דער קאפ ווארפט זיך ארויף און אראפ ווי א שיף אין שטורעמישן ים, ביז עס לאנדעט אויף די גמ' און א זיסער שלאף שפרייט זיך אויס און באנעמט אלע גלידער, נא זאל זיין ביז מיין חבר קומט או, אויפגעוועקט האב איך מיך ווען דער בעל תפלה האט געזאגט ברכות, מיט א ציטער געב איך זיך א שטעל אויף, איך צי מיך אויס די גלידער, וויאזוי מיין דאווענען האט אויסגעקוקט איז שוין איבריג צו שרייבן. פאר פרישטאג לויף איך צו צי מיין חברותא וואס מען האט נאך אפגעשמועסט פאריגן זמן פונקטליך וואס און וואו און ווען מען גייט לערנען, און איך זעה גאר ווי ער זיצט מיט א בלעכענעם פנים און לערנט גאר מיט א צווייטן, די בלוט איז מיר ארויף אין קאפ, איך האלט מיך איין אין איך גיי צו מיט א איידלקייט, נא כתריאל גיימיר לערנען, ער הייבט אויף א אפאר אויגן ווי גלייך איך וואלט גערעדט עפעס אומפארשטענדליכע ווערטער, דא ווער איך שוין אביסל שארפער, מאך דיך נישט תמעוואטע, מען האט אפגעשמועסט צו לערנען די צייט, כתריאל ענטפערט מיר מיט ביטול, אגאנצע וואך האב איך געווארט ביז איך האב גענומען א צווייטן חבר, און ער נעמט זיך לערנען ווייטער כאילו לא הי', איר שטעלט זיך שוין אליין פאר וואסערע טעם מיין פרישטאג האט געהאט, פארמיטאג סדר איז דורך גאנץ כמעשה, ביים מיטאג זייטיגן סדר בין איך עפעס נישט געווען אין די גיסטע, מען האט געשמועסט רוב צייט, מיין חבר האט נישט אויסגעקוקט צו זיין צו שטארק דערקעגן, (טאקע א פאסיגע חברותא) צו דעם שיעור פון פארן שלאף בין איך שוין געווען צו מיד אין איך בין ענדערש געגאנגען שלאפן, מען וועט שוין אנהייבן מארגן, דעם אנדערן טאג ווען דער וועקער זייגער האט זיך צוזינגען פאר פארטאגס, האב איך מחליט געווען עס איז ענדערש צו שלאפן אין בעט ווי אויף די גמ', אין איך האב זיך האסטיג אויסגעדרייט אויף די אנדערע זייט, בקיצור מען דארף נישט אנציען די ליינער די נערוון, די דריטע וואך אין זמן האב איך שוין פארשטאנען אז מען דארף זיך גוט אויסלאפן ביינאכט צו קענען לערנען פלייסיג בייטאג, און מען דארף גוט עסן צו האבן כח צו דינען דעם הייליגן בורא, און מען דארף געשמאק שמועסן אז דער מח זאל זיין קלאר צו פארשטיין א שטיקל תוס'., די פערדע וואך בין איך שוין געווען גרייט צו פארקויפן מיינע ספרים פאר קאסט פרייז...

4 תגובות

At October 18, 2004 · 1:10 PM , בטלנות said…

העלא איך זע ווי די שרייבסט ווייטער איך האב געמיינט אז האטס שוין געסטאפט איך האב היינט נישט קיין נערווען צי שרייבען סא שרייב איך קאמענטס איך וויל דיך פרעגען פארוואס די לינקסט נישט צי מיך איך האב נישט געלייגט צי קיינעם לינקס ווייל איך וויל אויפסעטען מיין בלאג אין דעמאלטס לייגען לינקס צי יעדען אויך וויל איך דיך זאגען אז סאיז גיט זאלסט לאזען אז מזאל קענען מאכען ענאנימעס קאמענטס ווייל נישט יעדער וויל האבען א בלאג
זיי געזינט אין טענקס פאר דיי ן בלאג איך ענזשוי עס

 
At October 18, 2004 · 5:26 PM , אחר said…

אביסל פריינטליכע קריטיק.

איך קום אריין און איך געב א קוק אויף דעם לאנגען שטיקל און ס'כאפט מיר אן דאס וואס איך פלעג פילן ביים אריינקומען אין ישיבה צו א פרישע איבער-יאר ווינטער זמן, אז מ'גייט דא זיצן פאר זעקס חדשים אן הפסק.

אויב וואלסט געקענט געבן מער "ריסעס" און צוטיילען דעם לאנגען פאסט אויף קלענערע פאראגראפן וואלט געווען אסאך אנגענעמער דאס דורך צו ליינען.

א דאנק.

 
At October 21, 2004 · 12:54 AM , Anonymous said…

שיין געפלוידערט, אבער ניט אלעס איז צום ענין. אפנים, אז איר זענט ניט קיין ליטוואק

 
At October 23, 2004 · 10:09 PM , Anonymous said…

גאנץ גוט און אמת

אוודאי איז ער נישט פון ליטווישער חדר, ווען יא וואלט ער נישט גערופען א חברותא- שותף א חבר אזוי ווי די וויליאמבורגער שפראך

 
→ אנטעסמיטיזםסגולות ←