די אתרוג געזיכעכטס
פון דער וועיבעק־מאשין (archive.org), קאפיע פון 2023.
אין די טעג זענען מיר שטארק פארנומען מיט'ן זוכן א כשר'ע מהודערדיגע אתרוג, נישט קיין מורכב, און טאקע יעדער לויט זיין געשמאק, א גרויסע, א קליינע, א שמאלע, א גרינע, א געלע, מיט חרוצין און בלוטין, מיט א פיטום, אן א פיטום, א יאנעווע, א מאראקא, א שיינע גידול, א גארטל, יעדער לויט זיין געשמאק, ביי יעדען איז עפעס אנדערש א מעלה, וואס ביי איינעם איז א מעלה איז ביי ם צווייטן דוקא א חסרון, בקיצור דאס גאנצע ענין איז געוואנדן לויט'ן טעסט פונעם קויפער און אויב האט ער נישט קיין ספעציעלע טעסט ווייסט שוין דער סוחר וואס צו טוען, אבער מער ווייניגער איז דאס א דבר התלוי בלב אזוי ווי עס ווער ברייט אויסגעשמועסט אוןדי ספרי חסידות אז א אתרוג איז מרומז אויפ'ן הארץ
אבער דאס איז נישט אלעס , און די צייט וואס דער המון עם איז פארנומען צו זוכען און קלויבען, האט דער "בעל באטישע יוד" גאר א צווייט'ן צוגאנג, ווי נאר ער באווייזט זיך ביים סוחר ווערט ער אפגעשאצט ווי א בחור ביים בעשוי, ער דארף נישט מער ווי געבן א ווינק מיט די אויגן און די נאז ווי איינער זאגט יעצט ברעג ארויס די ריכטיגע וואס ליגט באהאלטן, און מ'ברענגט ארויס א אתרוג פון א באזינדער פלאטץ וואס דער גביר באטראכט עס ווי די האן די בני אדם, און געווענליך פארשטייען זיי זיך מיט'ן שטים לשון סיי דער סוחר וואס טראכט פונעם פרייז און סיי דער גביר וואס קען שוין קוים וואטן אריין צוקומען און זיין בית המדרש (וואס אויך דארט האט ער נישט נישט געשוינט קיין געלט פאר א פאסיגן פלאטץ) דעם ערשטן טאג סוכות מיט'ן אנטיק לעדערנעם מחזור מיט'ן גאלדענם זייגער און אלע שכנים זיינע וועלען באקוקען דעם אתרוג און זיך פאראינטערעסירן וויפיל ער האט זיך געלאזט באצאלן, אזוי ארום דרייט זיך די מחשבות פונעם סוחר אונעם קויפער און יעדער פארשטייט דעם צווייטן ב"ה, דער סוחר בלייבט א געלונגענע סוחר און דער גביר ווערט גאר א איד וואס לאזט זיך קאסטן פאר א מצוה ווייל ער פארשטייט דאך די חשובקייט פונעם מצוה ווייל ער אז ער איז א גביר איז ער דאך א תלמיד חכם זיכער
בקיצור יעדער לויט זין מצב קיין צייט צו טוען עבירות האט קיינער נישט, די פראבלעם הייבט זיך נאר אן ביי די וואס ווערן שוין נערוועז חודש תמוז און וואונטשן זיך נעלם צו ווערן פון א' סליחות ביז אסרו חג און גאנץ תשרי איז זיי א גיהנום, ער דארף נישט קיין גרינע אדער געלע מאראקא אדער יאנעווע אים איז נישט קיין חילוק צו עס האט א בלאט פלעק למעלה מחוטמו און צו דער שווארצע פינטל איז נראה לעינים, ער האט נאר איין דאגה ווען ער וועט זיך קענען זעהן ארויס מיט א סעט און פטור, און צירוק און ביזנעס אריין
וואס עס וואונדערט מיך נאר איז צו די אתרוגים געזיכעכטס האט צו טוען מיט דעם וואס די טעג זענען אזוי צוהאקט און צופארן די בחורים און די כולל איגעלייט שימלען און די גאסן, יעדע צווייטע טאג קען מען נישט גיין ארבעטן דער עולם שפירט זיך עטוואס בעסער ווי א גאנץ יאר, אויב וואלט דאס פארגעקומען אזוי אימיטן יאר ווי חנוכה און פורים וואלטן די סוחרים געקענט מאכן אזא ביזנעס דערפון