די ערשטע חסידישע בלאגס
ארכיוו פון קליינע חסידישע אידישע בלאגס, 2002–2015
זוך אין אלע ארכיוון

ניו יארק אדער ישראל

צום פינטל · 24 סעפטעמבער 2004, 05:48 · על הכל
פון דער וועיבעק־מאשין (archive.org), קאפיע פון 2023.
אלס א יוד פון ניו יארק קענט איר זיין שטאלץ נישט נאר מיט א געלונגענעם רעפאבליקאנער קאנווענטשען. נאר אויך מיט דעם מספר יידן וואס די שטאט פארמאגט
אין ניו יארק וואוינען 1,750,000 יידן, וואס דאס איז מער ווי ניין פראצענט פונעם גאנצן יידענטום
און די פאראייניגטע שטאטן וואוינען5,800,000 יידן
אבער אין ישראל וואוינען נאר 4,847,000 יידן
קומט אויס אז ניו יארק איז די גרעסטע פלטץ פאר יידן
אבער ווערט נישט אינגאנצען איבערגענומען, מען מיינט נישט אונז מיט די גרויסע ציפערען, איר וואלט די אלע יידן ווייט נישט מצרף געווען צו מנין (אויב זיי ווייסן בכלל וואס דאס איז..., און אויב איר דאווענט נאך מיט מנין...) און יעדן פאל שלעכט איז דאס זיכער נישט

2 תגובות

At September 27, 2004 · 8:23 AM , Animal Alegre said…

asu, eso es increible... deberias hablar mas sobre eso. muy interesante!

maximo esquilmer

 
At September 27, 2004 · 1:23 PM , Frum Freinds said…

פארוואס שלאפט איר עס איז נישט קיין חכמה צו עפענען יעדן טאג אן אנדער בלאג און דאס לאזן שימעלן פאר די ווערעם
אז דו האלטסט ביים שרייבן קענסטו האבן פופצען בלאגס אבער שרייב

 
→ (אן א קעפל)חרדישע קענטעניסן ←