די ערשטע חסידישע בלאגס
ארכיוו פון קליינע חסידישע אידישע בלאגס, 2002–2015
זוך אין אלע ארכיוון

? היימיש

צום פינטל · 24 סעפטעמבער 2004, 04:48 · על הכל
פון דער וועיבעק־מאשין (archive.org), קאפיע פון 2023.
ער איז א היימישער, די חלות זענען היימיש, א היימישער ביכל, ער קומט פון א היימישע שטוב
וואס פארא באשעפעניש איז דאס היימיש און וואס זענען די גדרים ווען מען פאלט אריין אונעם קאטעגאריע פון היימיש, ביי א וויזשניצ'ן איז דער וויזשניצער היימיש און ביי א פאפאנעם איז דער פאפענער היימיש, ביי איינעם איז היימיש ווען מען באקוקט די אייער און ביי איינעם ווען מען זופט די מעהל, אמאל איז ער א היימישער ווייל ער גייט מיט אראפגעלאזטע פיאות און אמאל איז היימיש נאר ווער עס גייט מיט'ן וואלענעם טלית קטן אינדרויסן (און דוקא מיט אפאר "רבישע" פלעקן) ביים נטורי קרתא'ניק איז דער סאטמרער שוין נישט היימיש, ביים סאטמר'ן איז דער באבובער שוין נישט היימיש, ביים באבוב'ן איז דער ליובאוויטשער שוין נישט היימיש, און ביים ליובאוויטש'ן איז דער פרומסטער ליטווישער שוין נישט היימיש (וועט משיח נישט קומען קיין ליטא? תיקו.) נא ווער און וואס איז היימיש
. עס לאזט זיך זאגן אז היימיש איז גאר א עגאֳאיסטיש ווארט, איינער וואס טראכט ווי מיר, גייט אנגעטון ווי מיר, גלייבט און זעלבן רבי'ן ווי מיר, ער קען אריינגענומען ווערן אין מיין היימישן קרייז, "דעם" איז א "מצוה" צו העלפן, מיט אים וועל איך
פארברענגען, אים וועל איך א טובה טון, א צווייטער זאל זיך ברעכן קאפ, ווייל ער איז דאך נישט קיין "היימישער". היימיש ווענדט זיך אויך אונעם מקום און זמן, אמאל וואס איז פרעמד אונדערהיים איז היימיש און די פרעמד, עס קוקט אויס ווי דאס היימישקייט איז פלעקסיבל, שוין כמה פעמים האב איך מיטגעהאלטן ווי צוויי אידן וואס ווען זיי טרעפן זיך אויף דרייצנ'טן עוו. אדער אויף ליע עוו. וועלן זיי זיך ניטאמאל גריסן ווייל ער איז דאך נישט קיין היימישער, טרעפן זיי זיך אבער אויפ'ן פליגער ווערט גלייך פארוויקלט א פריינטליכער היימישער שמועס, כאילו זיי זענען אלטע גוטע פריינט נאך פון משותלח'ס צייטן, האט מיר פארציילט א באקאנטער אז ער האט אמאל געהאט אזא פאסירונג, ער איז געווען ערגעץ און די מרחקים און ער האט זיך געטראפן מיט א איד פון א צווייטן קרייז, זייענדיג די איינציגסטע צוויי אידן אויף יענעם קאנטינעט זענען זיי ווי פארשטענדליך "היימיש" געווארן און פארברענגט גאר געשמאק, א צייט שפעטער טרעפן זיי זיך אויף די גאס גייט דער באקאנטער מיינער צו אים מיט א ווארימען גוט מארגן וואס מאכט איר, יענער קוקט אים און וואו פין די לבנה, וואס מיינט איר, ווייל איך האב איינמאל פארברענגט מיט אייך דארף איך אייך שוין גריסן א גאנץ לעבן! הפנים ער האט נישט געהאלטן ביים היימיש ווערן. א באגריף פאר זיך זענען די "היימישע" בעקערייען וואס דער סתירה שרייעט ארויס פון זיך אליין, אדער היימיש אדער בעקעריי, אבער דאס גייט נאך מיט, מאכט כאטש א "היימישער" אפאר דאלער.
→ חרדישע קענטעניסןאייער קינד און זיין רעכט ←