די ערשטע חסידישע בלאגס
ארכיוו פון קליינע חסידישע אידישע בלאגס, 2002–2015
זוך אין אלע ארכיוון

ברוכים הבאים

צום פינטל · 23 סעפטעמבער 2004, 07:01 · על הכל
פון דער וועיבעק־מאשין (archive.org), קאפיע פון 2023.
צום אלעם ערשטן "וועלקאם" צום נייעם בלאג "צום פינטל" לכבוד'ן נייעם יאר אויפן אידישן קאלענדער. עס איז אין די לעצטערע צייטן ב"ה געווען א גרויסער אויפוואכונג פון ריין "היימיש" אידישע בלאגס, אבער עס בלייבט נאך אלס גילטיג דער אלטער כלל פון "אין הקומץ משביע את הארי" און דער ציבור איז נאך גאר דורשטיג . וועלן מיר פרובירן אביסל שטילן דעם דורשט מיט אינטרעסאנטע געדאנקען און קאמענטארן וואס שווימען ארום ביים ציבור אין קאפ און עס איז פשוט נישטא דער פלאץ וואו עס ארויסצוברענגען האפן מיר צו ערפילן דעם חלל אין עס דא ארויסברענגען.
בעצם דארף מען דאנקען השי"ת אויפן גרויסן חסד וואס ער האט געטון מיט אונזער דור יתום וואס מיר זענען געבליבן מיט גארנישט אויף דער וועלט אין א בחינה פון אין לנו על מי להשען אלא וכו' אבער דאס האט ער אונז יא געשאנקען ברוב רחמיו וחסדיו, די "בלאג'ן" אויפ'ן יודישן שפראך. צום אלעם ערשטן דער ברייט באקאנטער "רשכבה"ג" אין עולם הבלאג'ן מרן קטלא קניא שליטא וואס האט א גרויס חלק און אריינברענגען דעם היימישן ציבור אין "עולם הבלאג'ן" און ביי דעם געלעגנהייט ווילן מיר אים טאקע שיקן אונזערע ווארימע וואונטשן לכבוד'ן יובל החמישים, די 50,000 באזוכער זענען די גרעסטע ראי' אז די צייט איז רייף פאר יודישע בלאגן און טאקע אויף "מאמע לשון" ווילן מיר אים וואונטשן "כה לחי" וכן ירבה וכן יפרוץ, דער עולם ווארט אויס גאר שטארק צו הערן דיינע געשמאקע באלערענדע ארטיקלען
דערנאך איז אוודאי דא דער פלאץ צו דערמאנען לטובה די אנדערע אידישע בלאגן
מיר האפן צו האלטן די ליינער געשפאנט מיט אינרעסאנטע אינפראמאציע, געדאנקען, אפהאנדלונגען, לינקס, וכו' וכו' אין מיר וועלן הנאה האבן צו הערן פון די ליינער פרישע געדאנקען צופרידנצושטעלן דעם ציבור
לייענט מיט אינטרעסע!
→ אייער קינד און זיין רעכט(אן א קעפל) ←