די ערשטע חסידישע בלאגס
ארכיוו פון קליינע חסידישע אידישע בלאגס, 2002–2015
זוך אין אלע ארכיוון

גמר חתימה טובה

סאטמער · 24 סעפטעמבער 2004, 10:44
ווי עס קוקט אויס האלט איך שוין נאכ'ן ערב יום כפור דאווענען און פארשטייט זיך אז איך האב שוין אריינגעטרעטן אין יום הקדוש, איז וועגן דעם וויל איך נישט שרייבן קיין לשון הרע, אבער וואס איך וויל איז, איבערבעטן אלע מיינע קלאגען אין בלאקער, אין זיי וועמן איך א שלעכטס געטוהן דא אויפן געוועבכץ און אויף וועמען איך האב דא בארעדט, וויל איך אים איבערבעטן במחילה גמירה און איך האף אז ער וועט מיך זיכער מוחל זיין, און איך וויל טאקע דא געבען א ברכת גמר חתימה טובה פאר יעדעם איינעם, און האפנטליך וועט שוין זיין נעקסטע יאר א תהא שנת סוף המחלוקת אין תהא שנת סוף הטעראר אין האטס מיר אלע א גוט געבעטשע און אויסגעבעטנע זיסע יאר

1 תגובות

Anonymous · 26 סעפטעמבער 2004, 12:10
טריי בעסער צו ספעלן
→ ווי אזוי עס איז אדורך די יו''כ אין סאטמער איז עפעס אינטערעסא…אנטולדיגט אידן אבער ווי עס קוקט אויס האב איך נישט באקומען בי… ←