מיר זענען פון די אייניגע קליינע משפחה'לעך וואס זענען שוין אנ…
מיר זענען פון די אייניגע קליינע משפחה'לעך וואס זענען שוין אנגעקומען אין א מזל'דיגע שעה נאך איידער מערסטענס קאנטרי-לייט. מען גרייט זיך צום ערשטען שבת מיט גרויס געהויבענקייט. ווי עס איז דער שטייגער, האט מען היבש זאכען פארגעסען צו ברענגען. עס שאָדט נישט, צו אונזער גליק איז וואל-מארט נאך נישט ארויס פין ביזנעס און מיר זענען באלד אויפ'ן וועג
דער אייגענטומער לויפט ארום זייער פאַרסאַפעט מיט האלב אראָפגעפאַלענע הויזען-טראַגער, ער מאכט זיכער אז קיינער פאָרט נישט אריבער א רער אין דער ערד. פרובירט צופרידען שטעלען אלע אידענעס וואס האָבען זיך אפצורעדען אויף פריזערס וואס פרירען נישט גענוג, לעכעריגע סקרינס אין די פאָרטשען, פעלערהאפטיגע גאַז רענטשעס אא"וו. ער טיילט אויס באַטעריען פאר די "סמאוק-אלאַרמ'ס
די קינדער פרייען זיך צו די פאַריעריגע גיטע פריינד און ווערען פאַרשוואונדען צו יענעם עק קאָנטרי, זיי קומען נאָר צוריק ווען זיי דאַרפען עפעס אין מויל אדער ווען איינער האט זיי געשלאגען
איינע באטראכט דעם צווייטענס קינדער. פשֶע ביזטו געוואקסען משה'לע, קום לאמיך דיר זעהן דיינע שיעכ'עלעך חנה'לע. די מאמעס לייגען צו א קאמפלימענט
די פרויען זענען פארנומען מיט'ן צוגרייטען דעם קאָך און אויפהענגען די פליגען כאפער'ס, מען לאזט די קינדער שלעפען פון פריזער און שאַפע, לעמאָן אייסעס מיט פארפרוירענע דרינקס אַבי זיי זאָלען נישט שטיין אינטער די פיס. עס קוקט אויס ווי ערב פסח א שעה פאר'ן זמן. דער טעלעפון ארבייט היינט פלייסיג, עס הערט נישט אויף צו קלינגען פון די נייגעריגע פריינד און אנדערע קאָלאָניס, זיי ווילען וויסען צו מ'איז שוין פאַרטיג אויספאַקען. און שכינים האבען שטענדיג וואס צו בארגען. קוים וואס מען איז דא און דער וואַש-מאַשין שטייט שוין אין פולען באניץ. אלעס איז ווי פאר א יאָר אן קיין באַזינדערע איבעראַשונגען
געשיקטע אידענעס ווילען פאָרט א שמועס טאן, עס ארט זיי נישט אז די בענקלעך זענען נאך נישט אינדרויסען, און די וואס יא זענען דורכגעווייקט נאַס. זיי באשטייען צו פלעטקען פראָסט אזוי אינטערען צווייגיקער בוים וואס לאזט אראפ טראָפעלעך פונעם קוים פאַרענדיגטער רעגען. זיי מיזען אניאָגען צו הערען אלע נייעס שטייענדיג מיט'ן זאק וועש אין די הענד און פאריקטען טאָרבאַַן
דער גראָסערי מאַן איז אויך מיט א יאָר עלטער, ער דערמאנט נאך יעדען פון די יעניגע פרוי וואס איז אים שולדיג געבליבען פאר צוויי יאר צוריק זיבען דאללאר. ער האָפט שטארק אז מען זאל נישט היי-יאר אוועקלויפען קויפען אין דער פרעמד, דאס יאר זאגט ער, "וועל איך פארקויפען קרעפטיגע היימיש געמאַכטע קאלטע אָראַנדזש דזשוס" אויך א גאנצער אויסוואַל פון בעקעריי פריש און וואַרים. הייסע קאָפי אינדערפרי און מעגליך, נאָר אפשר, וועל איך ברענגען פיינע סאָשי פון א רעסטאָראַנט אין טאון
גיי גיב אים צו פארשטיין אז זיינע פרייזען זענען געשוואלען ווי דער בייכעל וואס ער שלעפט
ער דערציילט אלע אידענעס וואס קומען אריין -צושטיל- א גרויסען סוד, אז ער גייט זיך לאזען צוזאם ציעהן דעם מאָגען און ווערען דאַר. א פרוי ענטפערט אים, שאַא זאָל אוודאי נישט שאָדען קיין עין הרע
דער רעגען קומט אראפ אָן אויפהער, מען באָדט זיך אין מאָראַסט אבער אז מען רעדט צו די מאמע אין שטאָט לייקענט מען דאָס גאנצע רעגען. מיט'ן טרייסט אז ערגעץ אנדערש איז אויך מאָראַסטיג
וויבאלד עס לייטערט זיך אביסעל אויס און דער רעגען פאָלגט נאך מיט א צפון ווינטעל, ליגען מיר שוין אויפ'ן צוזאם-לייג בעטעל, אינדרויסען פון די פאריעֶריגע אבער שוין אויסגעריינטע באָנגעלוי. די ווייסע זימער פויגעל דערשפירען אונזער אנוועזען, [בילד]זיי קומען צופליעהן א לאנגע שטרעקע פון זייער נעסט אין טיעפען וואלד, אלע אויפאַמאָל מיט א גענויע פונקטליכקייט ציפשען זיי פרייליך און העפליך לכבוד אונזער אנקומען, ווי אלטע גיטע פריינד וואס זעהן זיך נישט א לאנגע וויילע
דאס קאַלעך פון דרויסען איז היבש אפגעשיילט פון קאַלטען ווינטער, א שפין האט באוויזען צו לייגען א וועב ביים אריינגאנג פון באנגעלוי און דער רוסישער גוי וואַלידמָאר האט שוין אפגעגאָלט די פארברענטע גראָז מיט זיין אַלטען פארדזשאַוועטער טראַקטאר וואס קרעכצעט אינטער יעדעס מאָהל מען צינדט אים אן אויפסניי
מיר ליגען ארום גענומען מיט א פילפארביגער פענעראַמע פון אלע זייטען טינקעל-גרינע גראז וואס גיבט ארויס א בשמים שמעקעדיג גערוך בעסער פון די בעסטע זאַלב-אויל אז עס צוגייט אין די קושקע. א פלאַטערבלעטעל פליהט
[בילד]א פלעדערמויז דזשומעט, די אויגען פארמאכען זיך ביסלעכווייז פון דער גאלדענער זון וואס בראָהט אויפ'ן קערפער און פאַרבט אפ דאס פנים, קודם רויט דערנאך ברוין
יעצט קען דינערען און בליצען, די ערליכע שכינים צינדען שוין
אָן די יולי 4 פייער-וואָרקס. איך הער נישט א קרעכץ. מאַמעס רייען, קינדער וויינען, אויטאָס גלאפירען און איך בין ווי טויב צוגעשמידט צום לעכעריגען נאָגיאַד
די פרישע גרעזעלעך טוען ערוועקען א ציעהנדע בענקשאַפט וואס צועפענט דעם געדענקעניש קאַמערעל און ציעהט אוועק דעם געדאנק פון איצטיגען קאנטרי צו ווייט אוועק, א צירקע יאָרען זענען שוין פארביי, ערגעץ אין די אינגעלישע יארען ווען מיר זענען געזעצען אינטערען גרויסען ברייטער בוים וואס איהרע קרומע צווייגען האָבען באדעקט אונזער פאָרטש מיט האַלב פונעם וואש-צימער. עס פאַלט פון איהר אומגעצייטיגטע עפאלעך, מיר קינדער האבען זיי אומוועלענדיג צוטרויטען אריבער פארענדיג מיט די "ביג-וויל'ס
מיין גרויסע ברידער ישעי'לע פלעגט פון אים ארָאפקראַצען דיקע שפעֶנדלעך און זאגען ער וועט עס אוועק לייגען פאר ווען ער וועט ווערען א טאַטע, און עס פארקויפען אלץ פימזען האָלץ אין קליינע שאַכטעלעך פאר די אלע פרומע לייט וואס לייגען אריין העלצעלעך ווען זיי שניידען זיך די נעגעל אין מקוה
ארום א רויטען טיש איז דאס געווען, מיט בענקלעך וואס די ראָסטיגע נעגעל האט ארויסגעשטאַרט פון אלע זייטען און קיינער האט זיך נישט געקימערט אים צו פאריכטען
די מאמע האט אונז דארט טעגליך דערציילט די מעשה פון גאָלדי לאַקס, ווען א קאנטרי רואיגקייט איז אויסגעגאָסען אויף איר פנים
דורכדעם האט זי קונצליש ביסלעכווייז באוויזען אריין צו קייקלען דעם גאנצען טעלער שניצעל מיט רייז אדער איבערגעצויגען פלייש מיט פרישע קאָרן אין אונזערע קליינע מיילער, דערנאך ווען זי איז געגאנגען ברענגען דאָס אייז קאַלטע פרוכט זיפ זענען מיר שוין לאנג אַנטרינען, צוריק אין וואַלד אריין ווי מיר האבען געבויעט א כאַטקע צווישען צוויי געדיכטע ביימער, און זיך איינגערעדט אז ווען ער וועט זיין פאַרטיג וועט די מאמע אונז לאָזען ארויף שלעפען דאָכענעס מיר זאל קענען דאָרט איבערנעכטיגען
פון גרויס פרייד האב איך אפילו א בריוו געשריבען צו די באָבע קיין וויליאַמסבורג, אז מיר וועלען זיך צוקוקען ווי די הערשען קומען ארויס אינמיטען די נאַכט, מיר האָבען שטענדיג פלאַנירט ווי אזוי מיר וועלען דעם הערש פאַרכאַפען אין א נעץ און בינדען הענט און פיס, שחט'ן און אָפבראָטען, עסען זיין האַרטע צינג אויף סאַפער
די פרישע גרעזעלעך טוען ערוועקען א ציעהנדע בענקשאַפט וואס צועפענט דעם געדענקעניש קאַמערעל און ציעהט אוועק דעם געדאנק פון איצטיגען קאנטרי צו ווייט אוועק, א צירקע יאָרען זענען שוין פארביי, ערגעץ אין די אינגעלישע יארען ווען מיר זענען געזעצען אינטערען גרויסען ברייטער בוים וואס איהרע קרומע צווייגען האָבען באדעקט אונזער פאָרטש מיט האַלב פונעם וואש-צימער. עס פאַלט פון איהר אומגעצייטיגטע עפאלעך, מיר קינדער האבען זיי אומוועלענדיג צוטרויטען אריבער פארענדיג מיט די "ביג-וויל'ס
מיין גרויסע ברידער ישעי'לע פלעגט פון אים ארָאפקראַצען דיקע שפעֶנדלעך און זאגען ער וועט עס אוועק לייגען פאר ווען ער וועט ווערען א טאַטע, און עס פארקויפען אלץ פימזען האָלץ אין קליינע שאַכטעלעך פאר די אלע פרומע לייט וואס לייגען אריין העלצעלעך ווען זיי שניידען זיך די נעגעל אין מקוה
ארום א רויטען טיש איז דאס געווען, מיט בענקלעך וואס די ראָסטיגע נעגעל האט ארויסגעשטאַרט פון אלע זייטען און קיינער האט זיך נישט געקימערט אים צו פאריכטען
די מאמע האט אונז דארט טעגליך דערציילט די מעשה פון גאָלדי לאַקס, ווען א קאנטרי רואיגקייט איז אויסגעגאָסען אויף איר פנים
דורכדעם האט זי קונצליש ביסלעכווייז באוויזען אריין צו קייקלען דעם גאנצען טעלער שניצעל מיט רייז אדער איבערגעצויגען פלייש מיט פרישע קאָרן אין אונזערע קליינע מיילער, דערנאך ווען זי איז געגאנגען ברענגען דאָס אייז קאַלטע פרוכט זיפ זענען מיר שוין לאנג אַנטרינען, צוריק אין וואַלד אריין ווי מיר האבען געבויעט א כאַטקע צווישען צוויי געדיכטע ביימער, און זיך איינגערעדט אז ווען ער וועט זיין פאַרטיג וועט די מאמע אונז לאָזען ארויף שלעפען דאָכענעס מיר זאל קענען דאָרט איבערנעכטיגען
פון גרויס פרייד האב איך אפילו א בריוו געשריבען צו די באָבע קיין וויליאַמסבורג, אז מיר וועלען זיך צוקוקען ווי די הערשען קומען ארויס אינמיטען די נאַכט, מיר האָבען שטענדיג פלאַנירט ווי אזוי מיר וועלען דעם הערש פאַרכאַפען אין א נעץ און בינדען הענט און פיס, שחט'ן און אָפבראָטען, עסען זיין האַרטע צינג אויף סאַפער
אז סי טינקעל געווארען איז די מאמע אונז געלאפען זיכען איבעראַל, געשיקט די גרויסע שכינים אונז אהיים רופען, מיט א סטראַשע'דיג שטומע האט זי געזאגט זי וועט דערציילען דעם טאטען סוף וואך. די האַרטע רייד האט אונז גאנץ ווייניג דערשראקען. געוויסט האבען מיר אז ער וועט אונז -ווי שטענדיג- אהיים ברענגען ווייסע טשאקלאד מיט ניס
אויפ'ן וועג אהיים האבען מיר נאך געשלעפט מילך קעסטלעך און נאָכגעלאָפען רעקאָנס מיט צווייגען וואס מיר האבען אראָפ געזויגען פון בוים. באַהאַלטען די אוצרות אינטערען באָנגעלוי, פאַרדעקט מיט א ברעט אז קיינער זאל עס נישט לקח'נען
זי האט אונז אריין געוואָרפען אין בעט מיעד און ערשעפט פון ארום לויפען דעם פרייען פעלד אין קאָלאָני פראַנק און פריי. פון גרויס מידעניש זענען מיר איינגעשלאפען גלייך נאכען זיך אפבאָדען דעם שמוציגען קלעבעדיגען קאָפ, נאך איידער זי האט עספיעט צו ענדיגען דעם וויג ליד
איך דערוועק זיך צום געשריי וואס איך הער פון די פרוי אין קינדער-צימער, "יאנקעל ווען גייסטע צו וואָל-מארט"?, אלע זיסע חלומות צופאַלען ווי א בינטעל שטרוי. א סעקונדע צוריק בין איך נאך נישט געווען דער טאטע פון דריי מיט א הויפען חובות. פאר די אויגען איז דורך געלאפען בליץ שנעל דאס לעבען פון א קינד וואס ווייסט קנאַפ אז עס קומט א צייט וואס די מאמעס ווערטער קומען צושטאנד "אוי וועסטיך נאך בענקען יאנקעלע
אזוי ליגענדיג שפיר איך ווי אינטער די הויט פאָרעמט זיך אט דאָס ערשטע ווייסע האָרעל גרייט ארויסצושפראָצען מיט ווידערשפענונג, אומגעפרעגט, אָן רשות
אלע קינדער זענען אין קאַר, דער צעטעל איז פוהל מיט באַדערפענישען פון וואָל-מארט. אפשר דינגען מיר א באָנגעלוי לעבען וואָל-מאַרט פרעג איך
נאַ, לאָזען זיי אהער קומען, כאָ ליעב דעֶי קאנטרי. – ענטפער זי מיר
דער פארקינג לאט איז פיהל מיט מיני-ווענ'ס מיט טינקעלע שויבען. מען באגריסט זיך מיט אלטע פריינט, קלאַפט זיך אין די פלייצע, באקוקט דעם צווייטענ'ס וואגען. די זעלבע געשפרעכן חזר'ן זיך איבער ביים יערליכען אנקומען "ווי ביזטו? שוין געקומען אויף שבת? קוק שוין די ביסט אויך דא?" קום אריבער מוצאי וועלען מיר פארברענגען, אא"וו. יעדערער פרעגט, וואס עט זיין דער וועטער אויף שבת? סע גייט רעגענען
מערערע וויכטיגע און טיכטיגע ארימעלייט דרייען זיך דא ארום מיט די סעלפאָונס אָן דראָטען. צוגעטשעפעט איז א קליינטשיק מאשינדעל אין אויער וואס צינדט אָן א בלויער לעמפעל איטליכע סעקונדעס, זיי רעדען הויעך ווי צו זיך אליין. מהסתמא זענען זיי אין ריעל עסטעיט. צווישען אלע האב איך זיך געשפירט אויסגעשלאסען
מען קויפט צוזאם ווי עס קומט א הינגער יאר. די קינדער ווילען שפילצייג מיט נאשעריי, מיר קויפען קעסטלעך וואַסער, סאָדא און אלעס וואס איז אויף סעיל. און וואס איז דען נישט? ביז דער וואָגען רינט נישט איבער, קויפט מען אָן אויפהער
שפרה'לע וויל איך זאל איר נעמען שווימען מיט די מאַמעס, איך זאג איר אז זי וועט ברענגען א צעטיל פון טיטשער וועל איך איר נעמען, זי נעמט נישט "ניין" פאר א ענטפער, ביז ווען איך האב איר פארשטיין געגעבען אז די מאמעס וועלען מיך אריין ווארפען אין וואסער מיט אלע זאכען האט זי נאָכגעלאזט
דער נייער שכן ר' פייוועל איז זיך געקומען שלום עליכם'ען, ער האט נישט געוואַרט איך זאל אים פרעגט ווי הייסט א איד, נאר אויף איין פיס פארציילט זיין גאנצער לעבענס געשיכטע פון ווען דער זכרון דינט אים. יעצט הייבט ער אן שטעלען פראגעס איבער מיין פרנסה און ווילאנג איך קום שוין דא. וויפיל איך צאהל. איך האב זיך געמאכט געניצען און שליקערצען, איך זאג "גיט וועלמער גיין אין מקוה צו א צווייטער קעמפ", האט ער זיך אָנגשלאָסען און מיט געקומען, א גאנצען וועג צוריק באקלאגט ער זיך אז מען האט נישט פארקויפט וויין און פארוואס כאב אים נישט געזאגט אז מען טיילט נישט דארט קיין האנטוכער
[בילד]
ר' פייוועל איז געקומען אין קאנטרי אדאַנק זיין געטרייע שוועגערען וואס איז פאַרגאַנען יענע וואך. זיי האט מען פארבעטען אָבאַכט געבען אויף די צוויי משפחה ביז די מיטער וועט זיך צוריק אויף די פיס שטעלען. צווישען זיינע און יענע איז ר' פייוועל יעצט א טאַטע צו 16 כן ירבו. קיינער דאָרט איז נאך נישט געפאָרען אין קעמפ, איז ער ערב שבת ארום צו אלע שכינים זאגען און בעטען, אדער זאל מען אים באָרגען א בעט, אדער שיקט ער א קינד, צוויי, דריי, נאר ביז איבער שבת
גיי פיהר א געשעפט מיט אונזער ר' פייוועל, ווען זיינע לאנגע שווארצע האָר פון נאז, אויער און אלע פינגער אליין רופען ארויס א באזינדער דרך ארץ
20 מינוט נאכען זמן קומט א קינד פון שכן פרעגען צו סי שוין געווען דער זמן. מיר זענען שוין באַלד ביי קבלת שבת. די בענק אין שוהל זענען נאך פארשטויבט פונעם ווינטער, נייע פנימ'ער זיכען זיך ארום נאך א באקאנטען אדער פריינדליך פנים
נאכ'ן דאווענען האב איך שוין געהאט 3 נייע חברים, זיך גערייכט די האנד מיט אלטע און נייע מיטגלידער, אלע זענען ב"ה צופרידען פון די נייע סידורים וואס איינער -וואס וויל זיין נאָמען פאַרהוילען- האט מנדב געווען
א מידעל-עידזש אינגעמאן האט זיך אויך באקאַנט געמאכט פאר אונז, ער זאגט אז די קאנטרי געפעלט אים פון ערשטען בליק, ער פרעגט צו דער סווימינג פאל איז אפען צום טובל'ן שבת צופרי און ער גיבט אונז אנצוהערען אז ער איז א גיטער בעל קורא אין פאל עס איז א נויט
שווער האָט זיך צוזאמען געקראַצט צעהן ערוואַקסענע צום דאווענען שבת צופרי, איידער עלף אזייגער איז אנגעקומען איינער פון די חבריא מיט א גרויסען האַנטוך אויפ'ן ארעם און זיך געבייזערט אז מען שטעלט נישט פאלטשע ציקער פאר די קאווע און פארוואס מ'שטעלט זיך נאכנישט. אביסעל דערנאך איז אונזער ר' פייוועל אנגעקומען מיט ברעקלעך פון קאָקאָשקעיק איבער די באָרד, ער קומט תיכף צו מיר און פרעגט ווי ליגען די חומשים. גיבט נאָכאַמאָהל שלום עליכם פאר די וואס ער האט אויסגעלאזט נעכטען נאַכט, די קליינע קינדער באַגריסט ער מיט'ן אריין שטעקען די ציצית אין אויער אז זיי גיבען זיך א צאַפעל
ביים זינגען קל אדון איז שוין געווען גענוג מתפללים אז מען זאל אונז הערען ביז'ן שאָסיי
די שוועגערען וואס האט פארגעסען צו לייגען אויפ'ן פייער דעם טשאלענט איז אריבער געקומען נאך די איי-מיט-צוויבעל צו פארענדיגען די סעודה. זי קוקט אויפ'ן זייגער און זאגט "זיבענע וועט מען שוין קענען טרינקען א קאָפי" און זי ווערט פארשווינדען
צו שלוש סעודות האט אונזער באליבטער גבאי מיך מכבד געווען מיט ידיד נפש צוגעבענדיג אז איך בין אים א ידיד נאף פון פאַר-א-יאָר. דערנאך האט ער פארגעלערענט תורה און זיך פארענטפערט אז די שיינע אידען זענען נאך נישט דא, און במקום שאין איש, איז הערינג אויך פיש. ער האט פאָרגעלערענט פון אינווייניג א אורח חיים הק' צוליב די יאָרצייט וואס קומט אינטער און דערנאך האט ער צוגעגעבען אז ער איז טאקע נישט קוואליפיצירט צו זיין דער גבאי נאר דאס ווייב קוקט אים גאָר שטאַרק ארויף ממילא זאל מען אים זעהן בכבוד האַלטען.
נאך הבדלה האט אונזער ר' פייוועל געשיקט קנאָבעל ברויט אלס דאנק פאר'ן אים ארום פירען פרייטאג, און זעלבען אָטעם פרעגט ער אויב איך קען אים אהיים טראגען מאָרגען נאכט.
יא, פארוואס דען נישט
און וואס עפעס שיקט איר שלַחמנות
דאס איז א סגולה פאר די מאַסקיטאָס, זיי זאלען נישט בייסען, פרוביר עס אויס
זינטאג נאָכען שווים פארען מיר צוריק אריין אין שטאט אויף א קורצע וואך, דער אמעריקאנער יום העצמאות וועלען מיר פראווען אין די קאנטרי נאכ'ן הייסען צוזאג פון די אידענע אז זי וועט נישט באַכלעפטשען צו פאָרען און ערגעץ. מעג מען איהר גלייבען
משה'לע שטייט ביים שוועל פון באנגעלוי און זאגט מיר אָן בגזירות כיבוד אב איך זאל נישט צוריקומען אָן א פעקעל מיט גיטע זאכען.
וואס למשל ברויכסטו
איך ווייס נישט, ברענג עפעס, עניטינג, ברענג א גרויסע באַקס מיט אסאך גיטע זאכן
אויפ'ן וועג אהיים איז טאקע מיטגעקומען ר' פייוועל, ער האט נישט געלאזט אָנצינדען דעם ראַדיו, אויך נישט קיין מוזיק. אז איך האב גערעדט אויפ'ן סעלל האט ער צוריק גענטפערט ווי איך רעד גאָר צו אים
ער האט מיר דערציילט אז ער איז אויף וואַקאַציע די וואָך אבער ער קען נישט אויסהאלטען פון ביידע משפחות, וועט ער ליבערשט זיצען אליין אין שטאָט אגאנצען טאג
אין ניו דזשורסי ביים גאַז סטעשען האט ער זיך באזעצט אויף א האלבע שעה צו זיינע געברויכען, ארויסקומענדיג האט ער אָן געטוען היט און רעקעל צום אשר יצר און מיך פאָרגעהאלטען פארוואס איך טרינק די קאווע פון א נישט היימיש פלאץ
ער האט נישט אויפגעהערט פרעגען קשיות איבער מיין פרנסה. כ'האב אים געמיזט זאגען אז זיין רעדען טוט מיך איינשלעפען, האט ער איינגענומען א שטיל שטאַנד
אין זיין שלאָף האט ער פארציילט א גאנצע מעשה. דער סוף האב איך שוין נישט געהערט ווייל ער איז אויפגעשטאַנען און געהאַלטען און איין פרעגען ווי בין איך דא? ווער ביזטו
איך האב אים אפגעטראגען ביז זיין טיר און דאַן האט ער מיך באשטעלט אויף דאָנערשטאָג אווענט צום ווידער זעהן. ער זאגט מיר אָן איך זאל קיינעם נישט מיטנעמען ווייל ער האט צוויי עירקאָנדישאן'ס וואָס ער וויל מיטברענגען
צום יואלי דעם פערד'ען זענען מיר ווידער ארויס געקומען אין קאָנטרי. דער וועג איז טאקע ליידיג אבער א אידעל וואס איז שטעקען געבליבען מיט א פעלערהאַפטיג רעדעל האט מיך אויפגעהאלטען, ער האט נישט געקענט אראפ נעמען דאס שטומפיג רעדעל. אינצווישען האט זיך דער דראַמא פארברייטערט מיט'ן איבעפלוס פון ארויסהעלפער ווי תמיד. א פאָלאציאנט איז אנגעקומען און פארטריבען דאס געזעמעל
אונזער ר' פייוועל האט מיט גרויס פרייד מיטגעבראַכט א טעיפ פון איינעם א ר' מיכלי פון נתני' און מיך באפוילען זיך איינהערען די וויצען ביז'ן סוף
איך קום אָן שפעט און אווענט, די באנגעלוי איז שטיל און ליידיג, האלב נאך איינס שפאַנצירט אריין די פרוי איבעראַשט מיך צו זעהן אין שטוב, ווען ביזטו געקומען? האָטסטאָך נישט געוואָלט קומען, וואַט ע סאָרפרייז
מען שווימט און מען עסט און מען לאזט זיך וואול גיין, דער דיין האט שוין צוזאם גערופען דעם עולם זאגען א שיעור אין הלכות ווערים, אנגעזאָגט מען זאל איבערגעבען אין שטוב נישט צו גיין אין לאַנגע פאָנדזשעלויס, אויך האט ער גערעדט מיט דערביטערונג איבער די יעניגע וואס לאזען די פרויען שווימען אומאיידעל און איבער פארשידענע איבלונגען און שטרויכלענישען וואס קומט פאר אין די זימער וואכען. ליידער. אונזער ר' פייוועל האט רעקאָדירט דעם שיעור פאר די פרוי זיינע
אייניגע חבר'טעס פון א אנדערע קאנטרי האט געלאַדענט צו מאכען א געבראָטעכץ, א "קאָק-אויט" ווי מען רופט עס. זי האט אָנגעקויפט גערייכערטע צינג מיט זיסע וויין, מיט'ן געבלימטע קאָכען שירצעל האט זי געטיילט די פאָרציאָנען מיט קיפערנע מעסערס און לאנגע גאָפלעך, האַט ענד ספייסי פרענטש פרייעס, אויפ'ן טיש איז געווען שיין אַראָנזשירט הענגלעך טשערי'ס מיט אויפגעשניטענע רויטע מעלוינע
פאר די קליינע האט זי געהאט א באַזינדערען טיש פון מאַשמעלויס מיט וואָרשטלעך אויף קליינע ברויטלעך, זיי זאָלען נישט ארום באָרדען. ווען קיינער האט נישט געזעהן האָבען די קינדער אויסגעגאסען דאס גאנצע באָטעל קעטשאָפ אויף די ריינע פלאהר
דער מאַן איהרע -ווי סע קוקט אויס- זיצט אינטערען טיש. זי האט אים באפוילען צו ברענגען בענקלעך פון שכן, גלעזלעך פון א צווייטען, און נישט געלָאזט זיצען א מינוט רואיג. אגאַנצער צייט איז ער געזיצען ווי א שטומע באַשעפעניש און האַלב דרימעלדיג. נישט געזאָרגט דאס פרוי זיינע רעדט אַנשטאָט אים און נאָך זיבען אנדערע
דארט האבען זיי א ווינטערייזד-באנגעלוי, זיי גייען קיינמאל נישט ארויס אום ווינטער, זיי קענען קיינעם נישט פון די ארומיגע שכינים, אבער זי זאגט סי פאָרט גיט צו האָבען א הייזקע אין אָפסטעיט ווי אלע אָרימעלייט
זי האט געמאַכט בילדער פון אַלע קינדער און צוגעזאָגט נאָכצושיקען און מען האט זיך אפגעזעגענט
דער מאַן זיצט נאך אלס ווי א מאָנומענט און אָטעמט אוודאי אָפ אז מיר גייען
משה'לע פאָרט מיט זיין בייק (טאָ ווילער) בעסער ווי איך מיט'ן קאַר, ער מאַכט קונצען און באווייזט ווינדער, שפרינגט אריבער א גרויסען באַרג זאַמד און פליהט אין די לופט ווי א ערוואַקסענער ספאָרטלער. ער שטעקט אריין א פלאַסטיק קאָפ ביים רעדעל עס זאל מאַכען א גרידער ווי א עכטער מאָטאר ביציקעל און ער איז גליקליך און צופרידען
איך בין אריבער אין דעי קעמפ זעהן און הערען וואס דער רבי האט צו זאגען איבער'ן תכשיט
דער רבי א הויכער דאַרער אינגערמאַנטשיקעל וואס דער גאָמבע האט נאך נישט אנגעהויבען ארויס געבען פירות. דיקע ברילען און שוואַרצע לאַנגע פיאות פונעם זעלבען קאליר ווי די זאָקען, ברייטע אַרבעל ביים העמד און האלבע שיך אינדערוואָכען. קוים חתונה געהאט און ער איז שוין א רבי, אויף אים האָט מען ארויף געלייגט דעם יאָך פון מאַכען די אַכט און צוואנציג קינדער זיצען רואיג אייניגע שעה. ער שפרינגט ווען ער רעדט און באקלאָגט זיך איידעל אז משה'לע חלומ'ט היבש ביים לערנען און שוין דעם ערשטען טאג האט ער געברענגט א מיידעלע-פרענד אין חדר. אז איך האב אים געגעבען א פופציגער האט ער מיך אנגעמאָסטען פון אויבען אראָפ מיט אָפענער שטוינונג, אויף אזא גרויסען פיאַסטער האט ער זיך נישט געראָכטען. ער האט מיך בארואיגט און ארויס באגלייט ביזן טעראַסע, הייס צוגעזאגט צו האלטען משה'לען אינטער די לייצעס