קארט פסק איבער רביצין שול
satmar
דער דשאדש האט היינט ארויסגעגעבן א קורצע געשריבענע פסק, ווי ער זאגט גאר קורץ אז דער קעיס איז שוין לאנג פארשלאסן (DISPOSED), און ס'שוין לאנג פאריבער די מעגליכקייט פון נאך דן זיין איבער דעם קעיס. דער דשאדש לייגט צו אז ווי נאר ער האט ארויסגעגעבן דעם ארגינעלן פסק און נאכדעם פונעם אפעלאט קארט, איז דער קעיס פארשלאסן געווארן און מ'קען מער גארנישט פארלאנגען.
"זיי (ביידע צדדים) קוקן מיר אויס, צו זיין אונטער פאלשן גלויבן אז דער לאנג פארשלאסענער קעיס וועט אנגיין לעולם ועד אזוי לאנג זיי קריגן זיך צווישן זיך", שרייבט דער דשאדש.
די רביצין מענטשן האבן תובע געווען קהל אז זיי זאלן מוזן צוריק איינשטעלן די לעקטער און סוער, און קהל האט צוריק קאנטער-פארלאנגט אז דער קארט זאל דערקלערן די הויז אלס אן אומלעגאלער שול.
וואס אויף דעם זאגט דער דשאדש אז אויב ווילן די רביצין מענטשן עפעס פון קארט זאלן זיי קודם פאלגן די קלארע אומצווייזייטגער פסק פון די קארטס שוין צו פארשליסן די שול, וואס פונקציונירט קעגן די קלארע פסק פון די קארטס, און צו ביידע צדדים זאגט ער אז אויב זיי ווילן סיי וואס זאל מען עפענען א שפוגעל נייעם קעיס, נישט קיין המשך פון די ארגינעלע פארשלאסענע קעיס.
און ער פירט אויס. "דער קעיס בלייבט פארשלאסן."
[בילד]
[בילד]
[בילד]
4 תגובות
צו צילייגן זאלץ אויף די וואונדן, מאכט דער שופט זיכער צו שרייבן 10 מאל אז דער שול איז אומלעגאל, איך בין נייגעריק וויזוי זיי גייען זיך דא אן עצה געבן, זיי זענען און א מיס פיקל דא,
חוץ אויב די ארונים, וועלן רחמנות האבן אויף זיי צוריקגעבן די יוטיליטיס און זיי געבן די פערמיטס, איך האלט סוואלט געווען א שיינע זאך פון זיי, ממעג אמאל ווייזן וותרנות.
קהל יטב לב האט געבויעט דעם שוהל מיט נכסי ציבור, און זיי האבן יארן לאנג באצאלט געלטערער פון קהלס קאסע. פארוואס זאל נישט קהל דאס ניצען פאר אייגען געברויך? יעצט אז די רעבעצין לעבט מער נישט.
אזוי קוקט עס אן יעדער מענטש וואס איז נישט פארבלענדעט מיט שנאה ווי די מאנרויע רעבעצין מענטשען