די ערשטע חסידישע בלאגס
ארכיוו פון קליינע חסידישע אידישע בלאגס, 2002–2015
זוך אין אלע ארכיוון

מעיאר וואלן: וומ"ב פאר טאמפסאן; בארא פארק פאר בלומבערג

האַלאָ! · 4 נאוועמבער 2009, 11:53 · האַלאָ
אין די נעכטיגע מעיאר וואלן, וואס איז נישט געווען פארמישט אין קיין חסידישע פאליטיק, ווי בלומבערג איז אפציעל אינדארסירט געווארן דורך אלע מוסדות אין קהלות פון ברוקלין, איז אבער פארט געווען א שטילע ווינט צווישן די המון עם צו שטימען "קעגן" בלומבערג צוליב זיינע הויכע פארקינג טיקעטס שטראפן, העכערונג פון טעקסעס און אנולירן די טורם לימיטס אן קיין רעפערענדום.

אין 50'סטער אסעמבלי דיסטריקט וואס רעפרעזענטירט וומ"ב און גרינפוינט, האט טאמפסאן געהאט א שמאלע מערהייט איבער בלומבערג.

ווידער אין בארא פארק אין 48'סטער אסעמבלי דיסטריקט האט בלומבערג גאר שטארק געזיגט מיט איבער 70%.
→ משה טענענבוים: נאמען וואס פארלאנגט פערמיטקרית יואל: זאליס וועגן איבער געווינס פאר זייער קאנדידאט ←