די ערשטע חסידישע בלאגס
ארכיוו פון קליינע חסידישע אידישע בלאגס, 2002–2015
זוך אין אלע ארכיוון

ישקני

פרום פאבריק · 10 דעצעמבער 2008, 12:51 · Product
שווער צו זיין א שיינער איד אין אן אכשר דרא'דיגע קהילה. פארצייטנס אז מ'האט געגעסן שמירה נישט געבראקטס, געקליידט זיך אין נישט וואלענע בגדים, און געלייגט רבינו תם'ס איז מען שוין געווען א גאנצער צורבא מדרבנן. בזמן הזה, אבער, ווען די אינדוסטריאלע רעוואלאציע האט דערגרייכט חסידימיזאציע איז גאר נישט אזוי לייכט צו דעמאנסטראטירן מוחין דגדלות. כ'מיין אין פאליש דאווענט מען דאך אויך נוסח ספרד און אפילו די

2 תגובות

Yoelish · 10 דעצעמבער 2008, 21:38
גערעכט.

דאס אז איידער די השקה איז חתן דנן מנסך אלס ישן מפני חדש, מאכט אים שוין אויך אן אומקאנווענציאנאלע איד. ווארום די עמך איד וואס פארכט זיך פאר מחזי כיוהרא, טיט דאס בצינעה, כמים לים מכסים, דארט ווי א קורטב מאכט נישט אויז אויב ס'פארמאגט נישט די מראה, און אפי' ווען יא, זאגט מען דאך קמא קמא בטל.
Product · 10 דעצעמבער 2008, 22:09
יפה דברת. ניסוך המים איז טאקע געאייגענט פאר די חסידים ואנשי מעשה, ווייל ס'שטייט דאך מים רגלים יפין לה אלא שאין מכניסין מי רגלים מפני הכבוד און אין א בית מרחץ איז דאך אין חולקין כבוד.
סאטמארע בחירות ←