אשמנו, בלוגרנו...
מחרת יום כיפורים התשס"טווי אלע גאטספארכטיגע אידן, האב איך זיך אויך פארגענומען פרומע קבלות צום נייעם יאר.אנומעלט, אז כ'האב גוט אויסגעוויינט מיין פארווייטאגט הארץ צום טאטן אין הימל, האב איך זיך דערקלערט אז כ'ברויך א געשעפט מיט גאט צומאכן. אז ער וועט מיר א חיים טובים אפשרייבן, ס'הייסט די זעלישע כוח דאס משוגעת צו דערהייבן, וועל איך מדה כנגד מדה א פעולה טאן דאס משוגעת צו ארויסהייבן. און אט אזוי, ווען