די ערשטע חסידישע בלאגס
ארכיוו פון קליינע חסידישע אידישע בלאגס, 2002–2015
זוך אין אלע ארכיוון

אהרוני ווארענט פרויען זאלן פארן נאר מיט פרויען און קליינע אינגעלעך זאל מען אויך שיקן נאר מיט פרויען נישט מיט קיין מענער

נייעס און קאמענטארן · 8 אפריל 2013, 17:05 · בעולמם של חרדים
[בילד]
''מאטי'ס, הצלחה,  ברידער'ס''  
מיט גרויס פרייד טיען מיר מעלדען אז נאך גרויסע באמיאונגען איז אונז געלונגען בחסדי השם יתברך,
צועפענען נאך א דיוויזיאן אין אונזער בארימטע
''מאטי'ס קאר סערוויס''
וואס רופט זיך '' שוועסטערס''
אזווי יעדער ווייסט  מיר גיבן זיך אפ דא אין עיר הקדושה קרית יואל מיט סערוויס צי יעדען איינעם באזינדער,
און נאך גרויסע פארלאנגען בעניני צניעות פון אינזער
וועד משמרת מחנינו און פונעם פאבליק האבן מיר צוגעשטעלט די ספעציעלע סערוויס ווי אלע אונזערע שוועסטער קארס וועלען זיין נאר פרויען דרייווערס און נאר פרויען וועלען זיך קענען באניצען דערמיט, און פאל אז מ'דארף שיקן קליינע אינגלעך זאל מען פראבירן מיט צושיקן א שוועסטער,
אין פאל אז ס'זאל ח''ו נישט קומען צו א צימישעניש וועלען אלע פרויען קארס ספעציעל זיין די קאליר ''פינק''
מיט דעם ווילען מיר ענדיגן מיט א הכרת הטוב פארן פאבליקום און פאר די וועד משמרת מחנינו פארן אונז אויפמערקזאמען וואס די איינוואינערס ברויכן,
זאל דער אויבערשטער העלפען
יעדער זאל האבן '' הצלחה''
און מיר זאלען גיין אנטקעגן משיח צידקנו בב''א
פאר אלע אייערע געברויכען אינעם געביט פון קאר סערוויס רופטס אריין (8457833400)מיר שטייען גרייט פאר אייך
→ צומאכן די גמרות און שלאגן ווייבערזענטער שיסט אויפן ברודער דער אהרוני און זאגט אז דער וואס זאגט אויף זיך 'איך איך' מיט די גאווה רעדן פון זיך איז א רשע און א פושע ישראל ←