די ערשטע חסידישע בלאגס
ארכיוו פון קליינע חסידישע אידישע בלאגס, 2002–2015
זוך אין אלע ארכיוון

'עדה החרדית' באשליסט נישט מתפלל זיין פאר הרב אלישיב'ן בעסער ער זאל שטארבן!!!

נייעס און קאמענטארן · 8 פעברואר 2012, 19:07 · בעולמם של חרדים
[בילד]
א גאנצע וואך האט מען געווארט זעהן צו זיי וועלן ענדע טאן וואס עס איז אויסגעהאלטן אין אזא צייט, און הייסן זייער ציבור בעטן רחמים פאר הרב אלישיב'ן וואס זיין מצב איז קריטיש, אבער נאך שווערע מלחמות וואס עס זענען אנגעגאנגען צווישן די רבנים מיט די עסקנים, האבן די עסקנים און די קנאים אויסגעפירט די רבנים פון די 'עדה החרדית' האבן זיך אונטערגעגעבן צו זייער טעראר און נישט געשריבן קיין בריוו צום עולם מען זאל בעטן רחמים פאר הרב אלישיב'ן

מיר האבן געווארט מיט די שורות ביז עס האט ערשיינען דער 'העדה' מיר האבן געוואלט זעהן אפשר וועט אין דעם אפיציעלער צייטונג זייערער שטיין עטליכע שורות מען זאל בעטן רחמים, אבער ווי עס זעהט אויס, אז די רבנים וואס האבן געוואלט מען זאל זאגן תהילים, טוביה ווייס און משה שטערנבוך האבן נישט געקענט אויספירן, די סיקריקן מיט די טעראריסטן און בעיקר די פאשקעווילן שרייבער האבן ענדע אויסגעפירט און עס איז נישטא קיין בריוו פון די 'עדה החרדית' בעטן רחמים פאר הרב אלישיב'ן
→ 'תולדות אברהם יצחק' אנטלויפט קיין אמעריקע אבי נישט זיין ביי די חתונה וואס עס האט געמאכט דער ברודער דער 'תולדות אהרן'אהרוני שרייט געוואלד אויף דעם וואס זיינע חסידים ליגן אין דעם פייסבוק און טוויטער ←