די ערשטע חסידישע בלאגס
ארכיוו פון קליינע חסידישע אידישע בלאגס, 2002–2015
זוך אין אלע ארכיוון

דאס צווייטן מאל וואס דער אהרוני האט צוגעזאגט אז ער קומט צום בעלזער יעצט לאמיר זעהן צו ער וועט האלטן ווארט

נייעס און קאמענטארן · 25 יאנואר 2012, 10:51 · בעולמם של חרדים
[בילד]
עס איז שוין דאס צווייטע מאל בפומבי וואס די בעלזער טוהען פון זייער זייט באווייזן אז זיי זענען גרייט פאר שלום. געווען איז דאס מיט צוויי יאר צוריק האט מען געהאנדעלט און דער בעלזער האט געשיקט משלוח מנות צום אהרוני, מען האט דאס מפרסם געווען געזאגט אז מיט דעם איז ער מפייס סאטמאר, און דער אהרוני האט געזאלט זייענדיג אין ארץ ישראל אים קומען באזוכן, אבער נישט געהאלטן קיין ווארט. דער אהרוני האט זיך דערשראקן פןן די פאשקעווילן קעגן אים

יעצט האט מען ווידער געהאנדעלט און דאס מאל האט דער אהרוני געפאדערט מען זאל שיקן די דייניים צו די קברים פון די סאטמארער, און דער בעלזער האט דאס ווידער געטאן

יעצט לאמיר זעהן צו ער וועט האלטן ווארט און זייעדניג אין ארץ ישראל בקרוב אויף א חתונה וועט ער קומען באזוכן דעם בעלזער
→ 'אתרא קדישא' סטראשעט צו הארגענען דעם ראב"ד הרב משה שטערנבוךא פרישע אנשיקעניש אין בית שמש מען האט געשלאגן א פרוי וואס קלעפט צעטלעך ←