די ערשטע חסידישע בלאגס
ארכיוו פון קליינע חסידישע אידישע בלאגס, 2002–2015
זוך אין אלע ארכיוון

ויאכלו ענוים וישבעו....בשורה טובה למבקשים

Circus Tent: די אידישע ארטיקלען · 24 יוני 2013, 18:07 · Hirshel Tzig - הירשל ציג
BudapestOberlanderאבערלאנדערבודאפעסטחבדליובאוויטששליח
  Pages From Tzibur.pdf - Adobe Acrobat Professional
[ווידעא]

Box.com link

ג-ט צו דאנקען איז דא ליובאוויטשער חסידים וואס האבען נעבאך נישט בעסער וואס צו טוהן נאר האלטען רעסטאראנען פאר טוריסטען אין ווייטע מדינות. שמועה שמעתי אז די חרד'ישע רב הרב ר' משה טובי' ווייסבערגער שליט"א האט איבערגעלאזט בודאפעסט און איז אהיימגעפארען קיין ארצנו הקדושה, לאננדיג צוויי רעסטאראנען אהן איבערזיכט, אזוי אז הרב אבערלאנדער שליט"א האט קיין ברירה נישט געהאט און האט געדארפט געבן די השגחות. היות אז קיין בודאפעסט פארען יעדעס יאר הונדערטע חרד'ישע אידן קיין קברי אבות , צו די בעדער וכיו"ב, איז, זענען די רעסטאראנען זייער נייטיג. פארשטייט זיך אז נישט נאר די רעסטאראנען בלייבען אהן איבערזיכט יעצט... אויפ'ן היימישען שפראך וואלט מען געזאגט אז "דער רבי האט געהאט א ווייטע קוק" ווען ער האט אהינגעשיקט הרה"ג מורינו ר' ברוך אבערלאנדער שליט"א אז ער זאל אכטונג געווען אויף אידישקייט אין בודאפעסט און אין גאנץ ארץ הגר. דארט האט רב"א מייסד געווען א בי"ד וועלכע איז פאראנטווארטליך אויף אלע רבנישע אנגעלעגנהייטען

איין זאך ווייס איך נאך נישט, צו דער אנאנס וועגן צומת הגידין איז א מקרה צו מ'האט עס בכוונה אריינגעשטעלט, וד"ל

3 תגובות

Lukewarm Zali · 25 יוני 2013, 16:33
the Blatt has one interest in mind, that he is the Manhig Hador
velvel · 26 יוני 2013, 00:03
I see you like tooting your horn a lot
Nu, nu.
Nussie · 1 יולי 2013, 14:32
I was last week in Budapest, the Carmel was great... clean, good food, price was good
→ "גוט קען מען נישט פאסטען, גוט קען מען עסן"more כיבוש אונגארן-מארמאראש ←