תושבי וויליאמסבורג, חזקו ואמצו!
HasidicHipstersModestyTzniusWilliamsburg
[בילד]
Photo Source
פארגעסט נישט אז אין אמעריקע האט איר א רעכט צו טוהן וואס איר ווילט ביי אייך אין שטוב אדער אין געשעפט און די אויסווארפען קענען גיין ערגעץ אנדערש איינקויפען טאמער ס'געפעלט זיי נישט. וויפיל מ'וועט זיי נאר געבן צו פארשטיין וועגן אונזער "קולטור" וועלן זיי זיך מאכען ווי תמ'עוואטע. די שנאה וואס זיי האבען צו פרומע מענטשן בכלל און פרומע אידן בפרט איז זיי מעביר על הדעת און זיי זעהן נישט ווי נאריש און זינלאז זייערע טענות זענען. נאר זיי האבען רעכט צו זיין פראנק און פריי אויף די אמעריקאנער שטייגער, אבער חלילה אז אן אנדערע זאל זיי שטיין אין וועג און אויך מאנען די זעלבע רעכטן! זייט נישט דערשראקען, מיינע גוטע ברידער, נישט פון זיי און נישט פון די פרעסע. די אמעריקאנע געזעץ און קאנסטיטוציע פארזיכערט דאס אז אייער לעבנסשטייגער איז אויך גאראנטירט, און אז קיינער קען אייך נישט צוואונגען זיך צו בייטען, נאר אז זיי זאל זיין באקוועמער קויפנדיג ביי אייך אין געשעפט. דער עם הנבחר האט מיטגעמאכט גרעסערע און שטארקערע נסיונות ווי ר' שלום דיען און זיינע "היפסטערס", און וועט דאס אויך איבערקומען.
הכו"ח למען אחב"י תושבי העואב"י וויליאמסבורג יע"א
הירשל המכונה ציג
12 תגובות
Btw, I hope you stop your own shagetz schtick where you supposedly "out" "haters" of Lubavitch, so Lubavitch "wins" and frum yidden all over lose.Don't be the frim Scotty, or the slightly more refined version of the oicher yisruel, Shoulson, please.
Vedai lechakima
do acheini bnei yisroel toishvei williamsburg have the right to stay non lubavitchrs?