אוי, די נסיונות פון אמאליגע ישיבה בחורים
אלטער הייםבחוריםישיבותמלמדיםעסן טעג
זעהט אויס, מורי ורבותי, אז אין דער אלטער היים איז געווען גענוג נסיונות אהן די אלע טעכנאלאגיע, און איך גלייב נישט אז די רבני אונגארן ומארמוראש האבען גערופען אסיפות אין די בוקארעשטער פוסבאל סטאדיום... דער מחבר פון דיעזען ספר האט אלעס ארויס געשריבען ברחל בתך הקטנה, אזוי אז מ'זאל וויסן "גענוי" וואס ער מיינט ווען ער שרייבט. איין מאל גיין עסן אין אן ארימע, צובראכענע שטוב און קריגן א פאלקע פון אן אויסגעדארטע הינדל איז גענוג אז די קאפ זאל זיין מלא מחשבות רעות און נאך ארגער. מ'עסט צוזאמען מיט די אידענע און די טעכטער און פון דעם קומט מען אהן "ווער ווייסט וואו". מ'קומט פרי און מ'גייט אהיים שפעט אבי אריינכאפען א פאר מינוט פון הסתכלות און דיבור... פאר פרנסה פארט מען ווערן א מלמד ערגעץ אויפ'ן דארף און מ'פאלט אדורך מיט די ארגסטע עבירות, ה"י. אלץ ווייל מ'שעהמט זיך פון א בו"ד אז יענער זאל נישט מיינען אז מ'איז א חסיד שוטה, און פאר די פאר פיאסטער וואס מ'פאדינט. מיר האבען געמיינט אז די זיידעס אונזערע האבען געהאט א גרינגע לעבן, קאן זיין אז לאו דוקא. ווער ווייסט וואס נאך זיי האבען אונז נישט פארציילט וועגן דעם אלטען היים...
[בילד]
דער שער בלאט
[בילד]
[בילד]
[בילד]
דער שער בלאט
11 תגובות
you are killing the emuna oeshuta of us post war born kids, that de alte hiem was holier then holy...
עכ"פ, לויט ווי מען הערט פון די היינטיגע מחנכים, קען מען אזוי קלערן....
בשעת מ׳זעט אז ביי ״עוברי רצונו״ איז דא ״קול המונה של רומי״״ — אלע ענינים פון לעו״ז ווערן געטאן ניט בחדרי חדרים, נאר מיט דעם גרעסטן פרסום ורעש — איז דער וועג צו מבטל זיין דעם שטורעם פון סטרא אחרא — ״במינה ודוגמתה .. מיני׳ ובי׳ אבא לשדי׳ בי׳ נרגא״, ד. ה. דורכדעם וואס אויך די עבודה פון ״עושי רצונו״ איז אין אן אופן פון ״ונשמע קולו״ און דוקא אין דעם ארט וואו עס געפינט זיך ״קול המונה של רומי״;
און דאס וועט ברענגען צו ״מה לעוברי רצונו כך לעושי רצונו עאכו״כ״ — אז ביי אידן וועט זיין ״יושבין בטח והשקט" על אדמתם, דורך ״יתקע בשופר גדול״ דוקא, דורך דעם ״קול מבשר מבשר ואומר״ — מבשר הגאולה, בקרוב ממש.
לקוטי שיחות חלק ט"ז ע' 341
ש"פ תצוה תשל"ה
פיין גיזאגט, אבער וואס שטעקט דערינטער? רעדט ער פון לעתיד דאן וואס איז די שייכות מיט די ״קול המונה של רומי״? רעדט ער פין היינטע דאן וויא איז דער שם־לשון־לבוש?, אַוויא איז נעלם גיווארן די פיאות? די לבושי נשים הצניעות בזלע"ז? רעדט ער פון די יוונים אין די ע"ר של בזמנינו אדער פון די ציונים? דאס איז דאך נישט בּזלע"ז ס'איז דאך די ״קול המונה של רומי״ ממש היינו הך!
מיז מען זאג'ן ער רעדט פון קולות וואס זענ'ן טאקע קולות נאר מען הערט זיי ניט: ת"ר שלש קולות הולכין מסוף העולם ועד סופו ואלו הן קול גלגל חמה וקול המונה של רומי וקול נשמה בשעה שיוצאה מן הגוף וי"א אף לידה, נו אז מען הערט זיי ניט למה יוצאות? די קשיא פרעגט דער תולדות, בכל יום ויום ב״ק יוצאת מהר חורב ואומרת אוי להם לבריות מעלבונה של תורה, פרעגט ער אַז מען הערט איהם ניט וָואזשע איז עס יוצאות? זאגט ער אַז מען הערט איהם יא, אין פין דעם קומט די הרהורי תשובה בּכ"י, נו אוודאי אזוי! אבער די גמרא זאגט דאך אז די קול המונה של רומי הערט מען אויך ניט ווייל ס'איז נבלע אין די אנדערע קולות! איז שווער למה יוצאות? מיז מען זאג'ן אז מיני' ובי' אבא לשדי' בי' נרגא, דהיינו מתוך היער עצמו לוקחים את הגרזן כדי לכרות את היער..! אז די ״עוברי רצונו״ וויל במעמעקים זיין פון די ״עושי רצונו״ אין להיפּך אויך ח"ו, אבער אז דער חלק בּקרבּו וועט זיין אין אַ בחינה פון ״ונשמע קולו״ ממש קול ד' בּכח ממש! וועט עס בּזלע"ז שוואך ממש דעם חלק בּקרבּו וואס איז ח"ו עובר רצונו דעם קול רומי וואס הערט זיך ניט, ביז ס'וועט זיין אז יושבין ישראל בטח והשקט! אָן אַ קולות של מלחמה ווען ס'וועט מקיום ווער'ן דער פּדה עמך מעזים צאנך מיד גוזזים ב"ב, אכמ"ל
I checked out his other sefer on Yoreh Dieah, all the haskomas give him the title of a Marbitz torah for Bucherim in the town of Satu Merie.
It seems that he existed in the era of between the Rabunas of Rav E D Grunwald and Rav J Tietelbaum,(it was approximately a void of 8 years till Rav J Titelbaun got his Rabunass issue settled in court and in bies din). Since he only has a haskoma of the Bies din and out of town rabonim..