היינטיקער אידיש
אידישאקציעגעלטתלפיות
[בילד]
ווען איך זעה דאס ווארט "אקציע," דערמאן איך זיך אין יפה עליאך'ס בוך, "חאסידיק טעילס אוו די האלאקאסט," און עס ווערט מיר נישט גוט. דארטן ווערט זייער אפט באשריבן די "אקציעס" פון די נאציס, ימ"ש, די אמת'ע נאציס, נישט די ישראל'דיגע פאליציי, ווי זיי פלעגן יעדען שטיק צייט צוזאמקלייבן אידען פון די געטאס און זיי דערמארדערען. טא פרעג איך אייך: פארוואס זאל מען אזא ווארט נוצען אין היינטיקן אידישן לעקסיקאן? אמת טאקע אז מ'רייסט די הויט פון מענטשען ווען עס קומט צו קלייבן געלט פאר די פארשידענע מוסדות התורה, אבער דאך. געפינט בעסער אן אנדערס ווארט. ס'איז פאראן בעסערע ווערטער. טוט נישט ווי טוהן די וואס אדער זיי אדער זייערע עלטערען און זיידעס האבען געליטן אונטער די דייטשן. כ'בין דוקא באקאנט מיט דעם חשוב'ן מוסד, ווייל מיר פלעגן אמאל זיין שכנים, און איך פלעג אפטמאל זעהן ווי די פייער אלארם פייפט במשך דעם גאנצן שבת קודש. ווען איך וואלט געוואוסט וואו דער ראשישיבה/מנהל/משגיח וואוינט וואלט איך אים אפשר געקלאפט אין טיר און זיי פארשפארט אביסל עגמת נפש. איך פלעג אויך געבן "ריידס און "היטשעס" פאר די חשוב'ע בחורים וועלכע פלעגן ווארטן נאך ישיבה אז מ'זאל אויף זיי רחמנות האבען און פירן אהיים. לויט ווי איך פארשטיי איז עס א ישיבה פון פיינע איידעלע חסידיש'ע (קרי: אונגאריש) בחורים וועלכע דער שוואכע ישיבה סיסטעם האט געלאזט אקאדעמיש דורכפאלען מאיזה טעם שיהי'. תלפיות פראבירט זיי צו שטעלן אויף די פיס. און דער היינטיקער אווענט איז ארגענעזירט אויף צו קלייבן געלט פאר די בחורי חמד. איין זאך וואלט איך זיי געראטן, אומזיסט און אומגעבעטן, אז זיי זאלען זיך טרעפן א נייעם גארפיק דעזיינער, אדער בעסער געזאגט א נייע "קאפי" מענטש, כדי אז די אקציעס זאלען זיך ענדיגן איין מאל פאר אלעמאל
!שיהי' בהצלחה
A previous writeup about Yeshiva Talpios
26 תגובות
that said, i wish them good luck, and may they (he?) raise lots of money.
המעלים שמו בכפיה
דזשאסט קידינג.
קרעמער פון אייוועלט
Maybe they did a Shiniu HaShem , and that solved the problem.
Probably changed his name to , or Khananya Yom Tov Lipa, Shmerel, Kloinymos, or something useful like that.
BTW, speaking of Shaimos, the coolest name combos ever are:
For a boy: Tzemakh Dovid
For a girl: Tikvah Tovah
For a 3-name Yud extravaganza: Yisroel Yaakov Yeshurun
I challenge anybody to top those.
how about Noam Elimelech
(Ye)Shaya Getzel!
From what I understand, it was believed that many of the Bnye Yoiel had that name, vehamyvin yovin!
Binyan Olam
Asher Yotzar
your poor quality of names shows what a Mekhitzef you are. Enroll in Talpiyos immediately, do not pass Go, do not collect $200.
Except for ShoShana Tova, which both are real names, ShoShana Tova I'll give props to.
Naom Elimelech is pretty cool too, my son's name is actually very similar to Naom Elimelech.
LW
looks like your mainstream yeshiva didn't teach reading comprehension
יהודה בן תימא אומר הוי עז כנמר
Say Goodbye to Disrespectful, Obnoxious and Abusive Behavior, and Regain Control of Your Child, Your Family & Your Life.
http://www.thetotaltransformation.com/
Actually, the Karta boys are setting up a Sharia based yeshiva in Teheran for real oisvorfen. Goof off there, and you'll end up with nowhere to hang your shel yad strap!