די ערשטע חסידישע בלאגס
ארכיוו פון קליינע חסידישע אידישע בלאגס, 2002–2015
זוך אין אלע ארכיוון

קיינער דארף נישט וויסען אז איך האב א בלאג

בטלנות · 16 נאוועמבער 2004, 05:49 · בטלנות
פון דער וועיבעק־מאשין (archive.org), קאפיע פון 2014.

עטץ זעטץ אז איך שרייב זייער ווייניג איך האב שוין געהאט קעמאט א גאנצע פאוסט אין איך האב עס געלייגט אין דרעפט איך האב עס געוואלט ענדיגען איז געווען פראבלעמס אין בלאגער האט מיך נישט געלאזט (יעצט זע איך אז זיי האבען שוין געפיקסט די פראבלעם) נאכדעם איז דא ביי מיין ארבעט געווארען זייער שווער ווייל איך דארף אריינטרעינען איינעם אין איך וויל נישט זי זאל וויסען אז איך שרייב א בלאג, נישט ווייל איך האב מוירע נאר איך פיל בעסער צי שרייבען פרייוועט אזוי מיז איך מיך נישט שעמען ווען איך שרייב עפעס נישט גיט.
סאיז מיך שווער צי שרייבען אזוי אבער היינט האט מיך א גיטע פרענד געבעטען איך זאל שרייבען מער אין געפרעגט פארוואס איך שרייב מער נישט האב איך עם געזאגט אז איך וועל ענפערען אין מיין בלאג.
איך וועל מיך מיזען מער אנשטרענגען אבער איך ווייס נישט וואס וועט זיין, קיינער זאל נישט זיין אויפגערעגט אז סנעמט צייט ביז מזעט עפעס נייע זאכען דא.

2 תגובות

By אנונימי , · 16 בנובמבר 2004 בשעה 16:49

pelieeeeeeeeeez ken ich och zien dien beste friend?

By אנונימי , · 27 בנובמבר 2004 בשעה 15:58

תגובה זו הוסרה על ידי מנהל המערכת.

→ א גיטען חניכהנישט אלץ האב איך נערווען צי שרייבען ←